יו"ט חנוכה

פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך שליט״א פארברענגט א גיוס באפעל פון א ישיבה בחור ביי מעמד שריפת הפתילות

מאנטאג פ' ויחי • ט' טבת | בחצרות הקודש אן אינטערסאנטע ערשיינונג האט זיך אפגעשפילט פארלאפענעם דאנערשטאג במעון קדשו פון מרן פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות, ווען דער גאון שליט"א האט פארברענט א 'צו גיוס' וואס איז אין די טעג אנגעקומען צו א ישיבה בחור. די עפיזאד האט זיך אפגעשפילט דעם דאנערשטאג ביים מעמד 'שריפת הפתילות' אין שטוב פונעם פוסק הדור שליט"א, וואס איז געווען מיט די באטייליגונג פון די חברי הכולל 'תשובות והנהגות'. איידער די מעמד, האט דער ראש המצילים העסקן…

Read more

לתקופת השנה: מעמד רבתי "פך שמן טהור" ליל זאת חנוכה אין ק"ק סאטמאר מאנסי לטובת מוסדות על טהרת הקודש

זונטאג פ' ויחי • ח' טבת | בחצרות הקודש דעם פארלאפענעם זונטאג נאכט, אין דעם עת רצון ומסוגל בליל זאת חנוכה, זענען הונדערטער סאטמארער חסידים תושבי מאנסי זיך צונויפגעקומען אין ביהמ"ד הגדול ויואל משה ד'סאטמאר אויף דעם מעמד רבתי "פך שמן טהור” להחזקת "קופת חינוך הטהור" וואס האט נאכגעפאלגט דעם מעמד הדלקת הנרות פון כ”ק גאב”ד סאטמאר מאנסי שליט”א ברב עם הדרת מלך ובפרסומי ניסא. דער "קופת חינוך הטהור" איז אין דעם נאכט פון זאת חנוכה אריבער א תקופת השנה זינט דער גרינדונג פון דעם קופה מיט געוני א יאר בעפאר…

Read more