יו"ט חנוכה

ולבקר בהיכלו: יערליכע חנוכה באזוך דורך האד' מסאטמאר אין מוסדות סאטמאר בארא פארק

מאנטאג פ' ויגש • ב' טבת -זאת חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש ווי יאר יערליך אין די ימי החנוכה איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אנגעקומען קיין בארא פארק אויף א באזוך אין די מוסדות בנשיאותו הרמה. דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול סאטמאר אויף די דריי און פופציגסטע גאס, אינאיינעם מיט די תלמידי כיתות ז' ח' ט', וואו דער רבי האט יורד געווען לפני התיבה צו הלל בהתעוררות רב. נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען פארגעקומען א ברית ביי איינער פון די חסידים וואו דער רבי איז געווען סנדק, און דערנאך איז…

Read more

הגה"צ אבד"ק סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א ביי הדלקת נר חנוכה בהיכל ישיבה קטנה שביל התורה בנשיאתו‎

מאנטאג פ' ויגש • ב' טבת -זאת חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש כמידי שנה בשנה האט הגה"צ אבד"ק סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א בנו בכורו פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א געפראוועט א מעמד הדלקת נרות חנוכה אין ישיבת "שביל התורה" אין קרית יואל וואס שטייט בנשיאותו, דער רב שליט"א האט געצינדן די נרות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, ווי א קאפעליע בחורי חמד האבן מהנה געווען מיט זמירות שירות ותשבחות. נאכן הדלקה האט דער רב שליט"א משמיע געווען דברי פלפול ואגדה בענייני דיומא. שפעטער איז דער רב ערשינען אין היכל המתיבתא…

Read more

אין לנו רשות להתפשר: דעת קדשו פון האד' מסאטמאר איבער גזירת הגיוס אפגעהילכט אין חרד'ישע פרעסע אין ארץ ישראל

זונטאג פ' ויגש • א' טבת – ז' ד'חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש די שטורמישע דעת תורה הבהירה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א איבער'ן ביטערן מצב מיט'ן גזירת הגיוס הילעכט אפ די אין די יעצטיגע ימי החנוכה איבער די אלגעמיינע חרדי'שע גאס אין ארץ ישראל, מיט די ערשיינונג פון א ספעציעלע שמועס וואס דער רבי האט געשאנקען פאר די "משפחה" מאגאזין, ארום די שווערע גזירה. די דברים קילורין לעינים פונעם רבי'ן שליט"א איז איבערגעגעבן געווארן פאר'ן חרדי'שן זשורנאליסט ר' ארי' ערליך, וועלכער האט עספיעט אין די מינוטן איידער…

Read more