כבוד למלכות

ואת יהודה שלח לפניו: הרב יהודה קאפלאן אפגעשטאט ביי הגאון רבי שאול אלתר אין בעפארגרייטונג צו היסטארישע באגעגעניש מיט טראמפ

מוצאי שבת פ' ויגש • ד' טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש צווישן די פילע געסט ביים הדלקת נר חנוכה, דעם ליל זאת חנוכה, בצלו פונעם ראש הישיבה הגאון…

Read more

חולקין כבוד למלכות • הויכגעשעצטער קאנגרעס ספיקער אויפגענימען מיט עהרע אין שיכון סקווירא

זונטאג לך לך • ב' חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: י. שטיין, JDN פאריגע וואך דאנערשטאג איז אפגעהאלטן געווארן  אין שיכון סקווירא א מלכות'דיגע אויפנאמע, אין עהרע פון דער הויכגעשעצטער ספיקער אוו די האוז מייק דזשאנסאן, וועלכער איז דער דריטער מאכטפולער פערזאן אין די פאראייניגטע שטאטן וועלכער איז אנגעקומען אויף א באזוך צו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א  אין בעפארגרייטונג צו די אמעריקאנע וואלן דעם דינסטאג. אנקומענדיג אין שטעטל זענען די באאמטע אויפגענומען געווארן מיט'ן פאסיגן כבודה של מלכות דורך…

Read more

היסטארישער וויזיט פון "קאנגרעס ספּיקער" זשאנסאן ביי האד' מסאטמאר אין סאטמארער שטאט קרית יטב לב

מוצאי שבת נח • א' חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש פארגאנגענעם דאנערשטאג נאכמיטאג איז פארגעקומען א היסטארישער וויזיט פונעם מאכטפולן ״קאָנגרעס ספּיקער״ פון די פאראייניגטע שטאטן, מייק זשאנסאן ירום הודו, אין סאטמאר׳ס אויסשטייגנדער שטאט ״קרית יטב לב״ אין בלומינגבורג, ניו יארק. דער דריט-העכסטער באאמטער אין די פאראייניגטע שטאטן, נאכ׳ן פרעזידענט און וויצע פרעזידענט, איז געקומען צו פארן פאר אן ענגע פריוואטע אויפנאמע בביתו נאוה קודש פון כ״ק אדמו"ר מסאטמאר שליט״א אין קרית יטב לב, נאכן אפהאלטן א סעריע פון…

Read more

שלום העיר: מאכטפולער אמעריקאנער קאנגרעס ספיקער מייק דזשאנסאן באזוכט ביי האד' מסאטמאר

פרייטאג נח • ל' תשרי תשפ"ה | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: י. שטיין אין א העכסט דראמאטישע אנטוויקלונג אין בעפארגרייטונג צו די אמעריקאנע וואלן דעם קומענדיגן וואך דינסטאג, האט דער דריט-העכסטער פיגור אין לאנד, דער מאכטפולער פעדעראלער קאנגרעס ספיקער מייק דזשאנסאן אפגעהאלטן דעם היינטיגן דאנערשטאג א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, אין באגלייטונג פון הויכראנגיגע באאמטע, צווישן זיי דער לאקאלער קאנגרעסמאן פון ראקלענד קאונטי מייק לאולער וואס לויפט יעצט פאר ווידערוויילונג. די פאליטישע סוויטע…

Read more

בשלום מלכות: עהרנפולע אויפנאמע פאר סענאט און קאנגרעס פירער ביי האד' מסקווירא און האד' מוויזניץ-מאנסי

דינסטאג נח • כ"ז תשרי תשפ"ה | בחצרות הקודש בילדער קרעידט: JDN מיט'ן העכסטן מאס כבודה של מלכות איז היינט אפגעהאלטן געווארן אן עהרנפולע אויפנאמע בביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א פאר די סאמע העכסטע פירער אין די אמעריקאנע געזעץ הייזער, דער סענאט מאיאריטעט פירער טשאק שומער, און דער קאנגרעס מינאריטעט פירער העקעם דזשעפעריס, וועלכע זענען געקומען זוכן שטיצע פון ק"ק סקווירא מיט אירע טויזנטער שטים-בארעכטיגטע וויילער ביי די בעפארשטייענדע וואלן קומענדיגע וואך. ביים אנקומען אין שיכון סקווירא…

Read more