דעטרויט – שיקאגא – מאנטריאל: האד' מלוצק נעמט אונטער לענגערע מסע הקודש לערי הגולה
דינסטאג פ' ויחי • י' טבת | בחצרות הקודש אין די טעג האט כ"ק אדמו"ר מלוצק שליט"א אונטערגענומען א לענגערע נסיעה לערי הגולה אין אמעריקא און קאנאדע, מחזק צו זיין עדת צאן מרעיתו, חסידיו ומעריציו צווישן די שטעט. דעם אנהייב וואך איז דער רבי אפגעפלויגן קיין דעטרויט אין מישיגן אויף א קורצע באזוך אויפצונעמען דעם ציבור לעצה ולברכה און פוקד זיין דעם ציון הק' פונעם פעטער הרה"ק רבי יעקב חיים מסטאלין זי"ע וואס ליגט באערדיגט אויפן בית עלמין אין דעטרויט. פון דארט וועט די רבי שליט"א ממשיך זיין די נסיעה קיין…