הערליכע לעלובער חתונה געפראוועט אין עיר הבירה לאנדאן
מאנטאג פ' וישלח • י"א כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלום שווארץ, JDN לעלובער חסידים אין עיר הבירה לאנדאן האבן מיטגעהאלטן געהויבענע טעג בצילו פונעם אורח הדגול כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א וועלכע איז אנגעקומען אויף א באזוך אין שטאט לפאר על ראש שמחתו ביי די חתונה פון אן אייניקל, די כלה תחי' א טאכטער פון זיין איידעם הרה"ג ר' פנחס נפתלי ענגלענדער שליט"א רב ביהמ"ד קדושת שמעון לעלוב אין לאנדאן, מיט די חתן אן אייניקל פון שאר בשרו כ"ק אדמו"ר מלעלוב ירושלים שליט"א. דאנערשטאג חיי שרה איז…