מאור ישראל מסקולען

עבד מלך: חסידי סקולען באגלייטן למנוחות פיליעריגער געטרייער משב"ק ביי צדיקי בית סקולען הרה"ח ר' קלמן מיסקי ז"ל

מאנטאג פ' שמות • ט"ז טבת | בחצרות הקודש מיט ערשיטערטע געמיטער האבן הונדערטער היינט באגלייט למנוחות דער פיליעריגער לעגענדארער משב"ק ביי צדיקי בית סקולען, הרה"ח ר' קלמן מיסקי ז"ל, וואס איז היינט נפטר געווארן אין עלטער פון 74 יאר, לדאבון לב כל בית סקולען. הרה"ח ר' קלמן איז שוין פון זיינע יונגע יארן צוגעצויגן געווארן צו הרה"ק בעל נועם אליעזר מסקולען זי"ע אשר סמך ידיו עליו און אים ממנה געווען אלס משמשו בקודש, און שפעטער האט ער זוכה געווען אנצוהאלטן די עבודת הקודש און התקשרות ביי ממשיכי דרכו…

Read more

דבריהם הם זכרונם: ערשטער באנד פון ספר "ישועת יעקב" ערשיינט פון כ"ק אדמו"ר מסקולען זצוק"ל

מוצאי שב"ק פ' וישלח • ט"ז כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש חסידים ואנשי מעשה האנדלן זיך די טעג איין דעם נייעם חיבור "ישועת יעקב" אמרות טהורות פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מסקולען זצוק"ל, וואס איז אין די טעג ערשינען לאור עולם, לשמחת לב יראי ה' וחושבי שמו. דער פרישער חיבור "ישועת יעקב" איז צוזאמגעשטעלט פון די מאמרים ואמרות קודש וואס מ'האט במשך השנים געהאט די זכי' צו הערן פונעם סקולענער רבי'ן זצוק"ל בעל ישועת יעקב, וואס עס ליגט נאך אין די ביינער פון אלפי ישראל דעם טעם עליון וואס מ'האט געפירט ביים הערן די…

Read more

אהבת קדומים: האד' מסאדיגורא באזוכט ביי האד' מסקולען

מיטוואך פ' וישלח • י"ג כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש כ״ק אדמו״ר מסאדיגורא שליט״א וואס איז אנגעקומען אויף א קורצן באזוך אין שטאט בארא פארק, האט נעכטן דינסטאג אוונט אפגעראכטן א ביקור נימוסין ביי כ״ק אדמו״ר מסקולען שליט״א וועלכע האט אויפגענומען דעם רבי'ן מיט א געוואלדיגן התרגשות, דער שמועס האט זיך פארצויגן איבער די קשר און דביקות פון צדיקי בית סקולען און סאדיגורא לדורותיהם, דערנאך האט דער סקולענער רבי אנגעהויבן דעם ניגון אור זרוע לצדיק און מכבד געווען מיט לחיים. נאכן באזוך האט די רבי ארויסבאגלייט…

Read more