קידשה לעתיד: גייסטרייכע שבת אפגעראכטן דורך גאב"ד מאקאווא בביתו נאוה קודש פון הרה"ק מבעלזא זי"ע אין תל אביב
זונטאג פ' וארא • כ"ב טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר מיט אן אויסטערלישע רגש קודש האבן צענדליגער חסידים ואנשי מעשה מיטגעלעבט די געהויבענע שבת קודש פרשת שמות, די ערשטע שבת פון די הייליגע שובבי"ם וואכן, בצל קדשו פון כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א וועלכער האט כמדי שנה בשנה בימי השובבי"ם געפראוועט א שבת אינעם נאסטאלגישן דירה ביתו נאוה קודש פון מרן הרה"ק מבעלזא זי"ע אויף רחוב אחד העם אין תל אביב, אין די הייליגע אויסגעווייקטע ד' אמות וואו דער צדיק עתק האט אפגעראכטן זיין הימלישע עבודת הקודש…