מודזיץ

אסיפה נחוצה במעונו פון האד' מצאנז איבער ווייטערדיגע שריט צו באהאנדלען דעם חוק הגיוס

מאנטאג פ' וארא • כ"ג טבת | בחצרות הקודש בילד קרעדיט: א.פ. נעכטן אויפדערנאכט איז אפגעהאלטן געווארן אן אסיפה נחוצה בביתו נאווה קודש פון כ"ק האדמו"ר מצאנז שליט"א אין קרית צאנז – נתני' אין נאכפאלג פונעם אסיפת מועצת גדולי התורה וועלכער איז זיך צוזאמגעקומען פאריגע וואך דן צו זיין איבערן ביטערן מצב מיטן גזירת הגיוס. ביים אסיפה נעכטן נאכט במעונו פונעם צאנזער רבי'ן, זענען געווען אנוועזנד כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א, הגאון רבי צבי רבינוביץ שליט"א ראש ישיבת באיאן און דער מזכיר המועצת הרב יעקב וואלצער…

Read more

תורה וגדולה: טיפזיניגער שיעור דורך הנגיד התורני ר' צבי רייזמאן הי"ו פון לאס אנדזשעלעס איבערגעגעבן אין חצר הקודש מודזיץ

מיטוואך פ' שמות • י"ח טבת | בחצרות הקודש אן אייגנארטיגע באזוך איז אפגעהאלטן געווארן די וואך אין דער מודזיצער הויף אין בני ברק, דורך דעם באקאנטן נגיד און תומך תורה, הרבני התורני ר' צבי רייזמאן הי"ו פון לאס אנדזשעלעס, וועלכער איז אין די טעג צוגאסט אין ארץ ישראל. ר' צבי שיחי' וועלכע איז א תומך ומחזיק תורה און אליינס באקאנט אלס א למדן און יודע ספר, און דער מחבר פון די בארימטע ספרים רץ כצבי, איז שטארק אדוק ומקושר צו חצר הקודש מודזיץ, נאך פון אלס קינד ווען ער איז אויפגעוואקסן אין תל אביב און זיך…

Read more

בני ברק: שידוך שליסן פון הכלה אייניקל פון האד' ממודזיץ מיט החתן נכד הנגיד החסיד ר' יצחק שפירא הי"ו

מאנטאג פ' שמות • ט"ז טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר נעכטן זונטאג איז געשלאסן געווארן די שידוך פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א, די כלה א טאכטער ביי בנו הרה"צ ר' שמואל אליהו טויב שליט"א איידעם ביי הגה"צ רבי אליהו שטערן שליט"א אבד"ק אור המאיר רחובות, מיט די חתן א זון פון הרה"ג ר' אליקים שרגא שפירא שליט"א ראש הכולל זוטשקא ירושלים זון פון הרבני הנגיד ר' יצחק שפירא הי"ו און איידעם ביי הרה"ג ר' יצחק אייזיק וואלדארסקי שליט"א. די שידוך איז געשלאסן געווארן ביי א באשיידענע מעמד…

Read more

שמחת קישור החיתון אין הויפן פון בישטינא – מעליץ – מודזיץ – אופעלע – שאץ

זונטאג פ' ויגש • א' טבת – ז' ד'חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם דינסטאג מקץ נר ב' דחנוכה איז פארגעקומען די שמחת התנאים לרגל די שידוך שליסן פון די חתן א זון פון כ"ק אדמו"ר מאופאלע שליט"א, חדב"נ כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א, מיט די כלה אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מבישטינא שליט"א פון פתח תקווה, א טאכטער פון הרה"צ רבי אברהם נחמי' מאסקאוויטש שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר משאץ שליט"א, און א אור אייניקל פון אחיו כ"ק אדמו"ר ממעליץ שליט"א, די שמחה איז פארגעקומען אין ביהמ"ד בישטינא אין פתח תקווה.

Read more

שמחת הברית פון בשותפות'דיגע אייניקל ביי האדמור"ים מאמשינוב און מודזיץ פארגעקומען אין ירושלים

מוצאי שב"ק פ' וישב • כ"ג כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער,JDN פארלאפענעם וואך מאנטאג כחצות היום איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה פון א אור אייניקל ביי כ"ק האדמורי"ם מאמשינוב און מודזיץ, דער רך הנולד איז א זון פון הרב שמואל אלי' זאלמנוב שליט"א זון פון כ"ק אדמו"ר מאפאלע שליט"א און איידעם פון הגה"צ רבי מרדכי היילפערין אבד"ק ראדומישלא ביתר, די שמחה איז פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול אמשינוב אין די בית וגן געגענט אין ירושלים נאך א צייט אפשניט פון עטליכע יאר וואס די ברית'ן אין…

Read more

געהויבענע רבישע חתונה אין לאנדאן בבית מודזיץ – סלאטפינע – ליעזש – טשענגער

מאנטאג פ' חי שרה • י"ט חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש לעצטן דינסטאג פ' נח אין אווענט איז אפגעהאלטן געווארן אין לאנדאן גאר א שיינע געהויבענע רבי'שע שמחה למזל טוב,  בשעה טובה איז געגאנגען אונטער די חופה החתן החשוב אן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א, א זוהן פון זיין איידעם הרה"צ ר' יוסף שיף שליט"א מליזענסק, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"ג ר' העניך טייטלבוים שליט"א ראש ישיבת אהל תורה לאנדאן, זון פון הגה"צ אב"ד סלאטפינא זצ"ל און איידעם ביי הגה"צ ר' אשר אנשיל יונגרייז שליט"א אב"ד טשענגער לאנדאן. די…

Read more

געהויבענע רבישע חתונה אין לאנדאן בבית מודזיץ – סלאטפינע – ליעזש – טשענגער

מאנטאג פ' חי שרה • י"ט חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש לעצטן דינסטאג פ' נח אין אווענט איז אפגעהאלטן געווארן אין לאנדאן גאר א שיינע געהויבענע רבי'שע שמחה למזל טוב,  בשעה טובה איז געגאנגען אונטער די חופה החתן החשוב אן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א, א זוהן פון זיין איידעם הרה"צ ר' יוסף שיף שליט"א מליזענסק, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"ג ר' העניך טייטלבוים שליט"א ראש ישיבת אהל תורה לאנדאן, זון פון הגה"צ אב"ד סלאטפינא זצ"ל און איידעם ביי הגה"צ ר' אשר אנשיל יונגרייז שליט"א אב"ד טשענגער לאנדאן. די…

Read more

פתיחת זמן החורף: שיינעם באזוך פון האד' ממודזיץ אין ישיבה לצעירים אהל תורה לאנדאן

זונטאג פ' חי שרה • י"ח חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם ראש חודש חשון בעת דער באזוך פון כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א אין שטאט לאנדאן לרגל די חתונה פון אן אייניקל, איז דער רבי ערשינען אין ישיבת "אהל תורה" וואס שטייט בנשיאותו פונעם מחותן אבי הכלה הגה"צ ר' חנוך העניך טייטלבוים שליט"א וואו מען האט געדאווענט מנחה, דערנאך איז פארגעקומען דער מעמד פתיחת הזמן. דער מחותן די ראש ישיבה האט מקבל פנים געווען דעם רבי'ן מיט טרעפליכע דברי ברכה, און דער רבי שליט"א האט איבערגעגעבן א שיעור כללי אין די סוגיא וואס ווערט…

Read more

גרויס ערווארטונג אין לאנדאן צום גרויסן מודזיצער חתונה; געהויבענעם באזוך פון האד' ממודזיץ לכבוד השמחה במעונו

זונטאג פ' נח • כ"ז תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט א רגש נלהב גרייטן זיך חסידים און אוהדים לבית מודזיץ אין עיר הבירה לאנדאן, מקבל פנים צו זיין פני מלכם הוד כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א וועלכע וועט היינט מופיע זיין בהדרו אין שטאט לרגל די גרויסע שמחה במעונו, די שמחת החתונה פון אן אייניקל. בשעה טובה ומוצלחת וועט גיין אונטער די חופה, נכדו חביבו פונעם רבי'ן, החתן משולם זושא שיף א זון פון זיין איידעם הרה"צ ר' יוסף שיף שליט"א מליזענסק, מיט די כלה א טאכטער פון הגה"צ ר' חנוך העניך טייטלבוים שליט"א ראש…

Read more