האד' מבוהוש וועט פראווענען היסטארישער שבת אין בוהוש – ראמעניע לכבוד שבת ההילולא פונעם הייליגן רוזשינער זי״ע
דינסטאג פ' נח • כ"ט תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש חסידי בוהוש גרייטן זיך מיט התרגשות עילאה צו די יערליכע מסע הקודש בראשות כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א צום עיר האבות "בוהוש" אין ראמעניע, וואו עס וועט געפראוועט ווערן א היסטארישע שבת מרומם דעם שבת קודש פרשת נח ג' חשון בעיצומו של יום מכפר אין טאג פון די הילולא קדישא פונעם סבא קדישא, דער הייליגער רוזשינער זי"ע. היות אז דער טאג פון ג' חשון געפאלט זעלטן אויס אום שבת, האט דער רבי שליט"א אויסגעדרוקט רצון קדשו אפצורעכטן א שבת אין דער בוהושער הויף מקום שהתפללו…