יערליכע נסיעה דורך האד' מסאדיגורא ירושלים צום שטאט סאדיגורא לרגל די הילולא קדישא פון הייליגן רוזשינער זי"ע
מאנטאג פ' וירא • י"ב חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא ירושלים שליט"א האט כמידי שנה בשנה אפגעראכטן א דערהויבנער נסיעה צום עיר תהילה סאדיגורא, אינאיינעם מיט א גרופע חסידים, לרגל די יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק מרוזשין זי"ע וואס איז אויסגעפאלן שבת פ' נח ג' חשון. פרייטאג ערב שבת איז דער רבי שליט"א ארויף צום ציון הק' בראש קהל חסידיו און מעתיר געווען בתפילה ותחנונים א לענגערע צייט לישועות הכלל והפרט. די קלימאקס פון די נסיעה איז געווען דער דערהויבענע שבת וואס דער…