סאטמאר-מאנסי

לתקופת השנה: מעמד רבתי "פך שמן טהור" ליל זאת חנוכה אין ק"ק סאטמאר מאנסי לטובת מוסדות על טהרת הקודש

זונטאג פ' ויחי • ח' טבת | בחצרות הקודש דעם פארלאפענעם זונטאג נאכט, אין דעם עת רצון ומסוגל בליל זאת חנוכה, זענען הונדערטער סאטמארער חסידים תושבי מאנסי זיך צונויפגעקומען אין ביהמ"ד הגדול ויואל משה ד'סאטמאר אויף דעם מעמד רבתי "פך שמן טהור” להחזקת "קופת חינוך הטהור" וואס האט נאכגעפאלגט דעם מעמד הדלקת הנרות פון כ”ק גאב”ד סאטמאר מאנסי שליט”א ברב עם הדרת מלך ובפרסומי ניסא. דער "קופת חינוך הטהור" איז אין דעם נאכט פון זאת חנוכה אריבער א תקופת השנה זינט דער גרינדונג פון דעם קופה מיט געוני א יאר בעפאר…

Read more

מעמד הודאה לקראת כ"א כסלו אין ק"ק סאטמאר מאנסי געפייערט אינאיינעם מיט יערליכע דינער לטובת המוסדות

מאנטאג פ' וישב • י"ח כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש פארלאפאנעם מוצאי שבת וישלח, איז אין קהילה קדושה סאטמאר מאנסי אפגעראכטן געווארן דער יערליכע סעודת הודאה און כינוס רבתי לקראת כ"א כסלו, וועלכע איז געפייערט געווארן בקול רנה והמון חוגג אין די עטרת חי' שרה זאלן אינעם בנין הת"ת סאטמאר מאנסי, אין שפיץ פון כ"ק גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א, ובהשתתפות פון א ריזן ציבור חסידים ואנשי מעשה ובראשם מערערע אדמור"י ורבני העיר שליט"א. דער מעמד הודאה לרגל די איין און אכציגסטע יום הצלה והשחרור פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע…

Read more

גאב"ד סאטמאר מאנסי באזוכט פראכטפולע נייע חתונה תקנות זאל ׳עטרת גנענדיל׳ אין בנין פון מוסדות סאטמאר מאנסי

דאנערשטאג פ' ויצא • ז' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש די וואך האט כ"ק גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א אפגעהאלטן א באזוך אין די נייע פראכטפולע ׳עטרת גנענדיל׳ זאל וואס איז סטאנציאנירט אינעם בנין פון די סאטמארער מיידל שולע בית אסתר אויף סאוט מעדיסאן עוועניו אין מאנסי. די רב שליט"א האט זיך אומגעקוקט ביי די לעצטע שטאפלען פון די בוי ארבעט אינאיינעם מיט'ן נדיב הרה"ח ר' מאיר משה יאקאבאוויטש הי"ו נדבן שם הבנין פונעם מיידל שולע ׳בנין יאקאבאוויטש׳. נאכן זיך אומקוקן אינעם זאל איז אפגעראכטן געווארן א מסיבת לחיים ביי…

Read more