האד' מסאטמאר באדאנקט העסקן הרב שמחה אייכנשטיין פאר זיין השתדלות דורכצופירן די נייע געזעץ להצלת חינוך הטהור
דינסטאג פ' אמור • ט"ו אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש די וואך זונטאג בעת די זמני כניסה ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א איז אריין בקודש פנימה העסקן הדגול ר' שמחה אייכענשטיין הי"ו אסעבלימאן פון בארא פארק, אינאיינעם מיט די ראשי הנהלת הקריה פון קרית יואל, אפצונעמען ברכת הקודש נאכן דורכפירן די נייע געזעץ להצלת עתיד חינוך הטהור אין ניו יארק. ר' שמחה האט זיך באדאנקט פארן רבי'ן שליט"א פארן אים געבן די זכי' און צוטרוי צו זיין דער ריכטיגער שליח פאר די השתדלות אפצוראטעווען דעם חינוך, און אראפגעלייגט אן…