רבבות חסידי סאטמאר פייערן הצלת הרה"ק מסאטמאר זי"ע ביי ריזן כינוס הודאה אין גיגאנטישן קראונהייטס ארמארי
זונטאג פ' מקץ • כ"ד כסלו – ערב יו"ט חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש תלמידי וחסידי סאטמאר זענען נאך אונטערן רישומא דקדושה פונעם גרויסן מעמד הודאה פארלאפענעם מיטוואך אויפדערנאכט ליל יום הצלה והשחרור כ"א כסלו, ווען אלופי אלפי ישראל האבן זיך צונויפגענומען תחת קורת גג אחד אינעם מאיעסטעטישן קראונהייטס ארמארי געביידע, וואס איז פארוואנדלט געווארן אלס א צענטער-פונקט פאר חסידי סאטמאר אומעטום, ווי מען האט זיך אינאיינעם געפריידט אויפן גרויסן נס אין דעם טאג וואס הרה"ק מסאטמאר זי"ע איז מיט איין און אכציג יאר…