סקאליע

פראכטפולער מעמד סיום מסכת שבת אין ראם פון מפעל "לבאי באורייתא" דחסידי סקאליע

זונטאג פ' וארא • כ"ב טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN א הערליכער מעמד איז פארגעקומען בחצר הקודש סקאליע, מיטן נאמען "שני אלפים תורה", ביי וועלכן עס איז געפייערט געווארן דער סיום מסכת שבת והתחלת מסכת עירובין במסגרת הלימוד לבאי באורייתא דחסידי סקאליע מיסודו פון כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א, די מעמד איז פארגעקומען אין די סטערלינג בענקוויט זאל אין בנין פון ת"ת בעלזא, אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א, וואו א רייכע פראגראם איז געווען צוגעגרייט לכבוד התורה ולומדי'.

Read more

שמחת התנאים פון החתן נכד האד' מסקאליע מיט הכלה נכדת הגה"צ ר' ישראל ארנסטר שליט"א

דאנערשטאג פ' שמות • י"ט טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN שמחת התנאים לרגל די שידוך שליסן פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א, די חתן א זון פון זיין איידעם הגה"צ ר' אברהם שלמה כ"ץ שליט"א ראה"כ אור יצחק סקאליע, זון פון הגה"צ ר' חיים מרדכי כ"ץ שליט"א אבד"ק סלאוויטא, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"ג ר' אברהם אליעזר ארנסטר שליט"א, זון פון הגה"צ ר' ישראל ארנסטר שליט"א, און איידעם ביי הגה"צ ר' מרדכי אדלער זצ"ל אבד"ק מנחה חדשה דזיקוב וויזניץ, די שמחה איז פארגעקומען אין די סטערלינג זאל אין…

Read more

קורצע באזוך פון האד' מסקאליע אין לאנדאן לכבוד די חתונה בבית אחיו הרה"צ ר' דוב בעריש ראבינאוויטץ שליט"א מסקאליע

פרייטאג פ' וישלח • ט"ו כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN פארלאפענע וואך האבן תושבי לאנדאן הבירה מקבל פנים געווען דעם חשובן גאסט כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א וועלכער איז אנגעקומען אויף א קורצע באזוך אין שטאט, צו באשיינען די שמחת החתונה פונעם חתן א זון פונעם ברודער הרה"צ ר' דוב בעריש ראבינאוויטץ שליט"א, איידעם ביי הנגיד החסיד ר' ישעי' וואלף לעוו ז"ל ראש הקהל סאטמאר לאנדאן, מיט דער כלה א טאכטער פון הרב ישראל סאפרין שליט"א פון לאנדאן, א זון פון הגה"צ ר' אברהם מרדכי סאפרין שליט"א אדמו"ר…

Read more

שמחת התנאים לרגל קישור החיתון בחצרות סקאליע – פשעווארסק וומסב"ג – בריגל

מאנטאג פ' ויצא • ד' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש שמחת התנאים לכבוד די שמחת קישור החיתון פון הכלה תחי' בת קדושים, עלטסטע קינד פון הגה"צ אבד"ק פשעווארסק וויליאמסבורג שליט"א איידעם פון כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א, מיט די חתן א זון פון הגה"צ ר' יהושע העשיל טייטלבוים שליט"א מבריגל איידעם ביי הגה"צ ר' מאיר יצחק שמילאוויטש שליט"א אב"ד רחובות הנהר, די שמחה איז פארגעקומען אין די בית אסתר זאל אין בארא פארק, בהשתתפות א גרויסן ציבור חסידים ואוהדים אין שפיץ פון פילע אדמור"ים ורבנים פון שטאט און קרובי המשפחה.

Read more

ענבי הגפן: שיינער שידוך בבית סקאליע – פשעווארסק וומסב"ג – בריגל

מיטוואך פ' חי שרה • כ"א חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בשמחה וחדוה איז דעם דינסטאג נאכט פארגעקומען די שמחת הלחיים לרגל די שידוך שליסן פון הכלה תחי' בת יחידה ביי הגה"צ ר' איציקל רייך שליט"א אבד"ק פשעווארסק וומסב"ג, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א, מיט החתן הרב משה טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ ר' יהושע העשיל טייטלבוים שליט"א מבריגל זוהן פון הרה"צ ר' חיים אלישע טייטלבוים זצ"ל מבריגל און איידעם ביי הגה"צ ר' מאיר יצחק שמילאוויטש שליט"א אב"ד רחובות הנהר. די מסיבת לחיים איז אפגעראכטן געווארן אין שטוב…

Read more