עוז ואורה: גרויסן ציבור ביי חגיגת הכנסת ספר תורה צום ביהמ"ד הגדול סקולען ירושלים
דינסטאג פ' ויחי • י' טבת | בחצרות הקודש א שיינעם מעמד הכנסת ספר תורה איז געפראוועט געווארן דעם מיטוואך ויגש העעל"ט, פארן ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן צום ביהמ"ד הגדול סקולען ירושלים אויף רחוב חנה, לע"נ הרב החסיד ר' יעקב צבי וויינגארטן ע"ה, נדבת לבם פון זיינע חשובע קינדער. די מעמד האט זיך אנגעהויבן ביים סיום כתיבת האותיות אין שטוב פון הנגיד החסיד ר' יצחק משה יאגודה שליט"א אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מסקולין ירושלים שליט"א וועלכע האט אריינגעשריבן די לעצטע אותיות און דערנאך אפגעראכטן א…