קאנגרעס

שלום העיר: מאכטפולער אמעריקאנער קאנגרעס ספיקער מייק דזשאנסאן באזוכט ביי האד' מסקווירא

זונטאג פ' וישב • י"ז כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלום שווארץ,JDN א מלכות'דיגע אויפנאמע איז היינט אפגעהאלטן געווארן אין שיכון סקווירא, אין עהרע פון דער הויכגעשעצטער פעדעראלער קאנגרעס ספיקער מייק דזשאנסאן, דער דריט-העכסטער פיגור אין לאנד, וועלכער האט באזוכט ביי כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, אין ראם פון זיין באזוך אין די ראקלענד קאונטי אומגעגנט אין באגלייטונג פון הויכראנגיגע באאמטע, צווישן זיי דער לאקאלער קאנגרעסמאן פון ראקלענד קאונטי מייק לאולער אנטיילצונעמען ביי עטליכע פאנדרעיזערס…

Read more

קאנגרעסמאן פעט רייען באזוכט ביי האד' מסאטמאר נאכן שטיין צוהילף ביים גינסטיגן "חינוך געזעץ"

מוצאי שב"ק פ' שלח • כ"ד סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש א הערליכער באזוך איז דעם פארלאפענעם מאנטאג נאכמיטאג פארגעקומען אין שטאט קרית יואל דורך דעם פעדעראלן קאנגרעסמאן "פּעט רייען" וועלכער פארטרעט די איינוואוינער קרית יואל צווישן זיינע אריבער א דריי פערטל מיליאן בירגער אינעם 18 דיסטריקט – אין וואשינגטאן, וועלכער איז געקומען אפּנעמען זיין פארדינטן יישר כח נאכדעם וואס ער האט אזוי שווער געארבעט ארויס פון וועג צו קענען צושטאנד ברענגען די נויטיגע דעמאקראטישע שטיצע אינעם 'ניו יארק'ער' סטעיט-אסעמבלי,…

Read more

טעלעפאנישע השתדלות-רוף דורך האד' מסאטמאר צום קאנגרעס פירער דזשאנסאן אנצוהאלטן קריטישע הילף-פראגראם פאר עלטערע מענטשן

דאנשטאג פ' ויקהל • כ' אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש אין א זעלטענע ערשטמאליגע שריט האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אפגעהאלטן א טעלעפאנישע השתדלות-געשפרעך אויף די ענגלישע שפראך צום העכסטן פירער אין די אמעריקאנער געזעץ הייזער, קאנגרעס ספיקער מייק דזשאנסאן, וואו ער בעט אים מיט א הארציגע ווענדונג אין נאמען פון די חרד'ישע געמיינדע אין ניו יארק, אז מ'זאל אנהאלטן ווייטער א גאר קריטישע רעגירונגס הילף-פראגראם פאר עלטערע מענטשן. ספיקער דזשאנסאן איז פריש ערוועלט געווארן צום אמט ביי די פארלאפענע נאוועמבער וואלן…

Read more

האד' מסאטמאר מיט פייערדיגע מחאה קעגן אגודת ישראל דאמעריקע לאור די אלוועטליכע וואלן צום "ציוניסטישן קאנגרעס"

מיטוואך פ' תצוה • ה' אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש היינט פארמיטאג ביים שיעור תהילים אין היכל המתיבתא קרית יואל איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א ארויס מיט א פלאם פייערדיגע קול מחאה און גאר שארף מתריע געווען קעגן די "אגודת ישראל דאמעריקע" פאר די שאנדפולע שריט פון קאמפיינען און בעטן אידן זיך איינצושרייבן אין ווערן א מעמבער אינעם טריפה'נעם "ציוניסטישן קאנגרעס". דער רבי שליט"א האט אנגעהויבן מיט'ן שילדערן די טרויעריגע היסטאריע פונעם ציוניסטישן קאנגרעס, וואס איז געגרינדעט געווארן צוזאמען מיט'ן רעיון הטמא…

Read more

חולקין כבוד למלכות • הויכגעשעצטער קאנגרעס ספיקער אויפגענימען מיט עהרע אין שיכון סקווירא

זונטאג לך לך • ב' חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: י. שטיין, JDN פאריגע וואך דאנערשטאג איז אפגעהאלטן געווארן  אין שיכון סקווירא א מלכות'דיגע אויפנאמע, אין עהרע פון דער הויכגעשעצטער ספיקער אוו די האוז מייק דזשאנסאן, וועלכער איז דער דריטער מאכטפולער פערזאן אין די פאראייניגטע שטאטן וועלכער איז אנגעקומען אויף א באזוך צו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א  אין בעפארגרייטונג צו די אמעריקאנע וואלן דעם דינסטאג. אנקומענדיג אין שטעטל זענען די באאמטע אויפגענומען געווארן מיט'ן פאסיגן כבודה של מלכות דורך…

Read more

היסטארישער וויזיט פון "קאנגרעס ספּיקער" זשאנסאן ביי האד' מסאטמאר אין סאטמארער שטאט קרית יטב לב

מוצאי שבת נח • א' חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש פארגאנגענעם דאנערשטאג נאכמיטאג איז פארגעקומען א היסטארישער וויזיט פונעם מאכטפולן ״קאָנגרעס ספּיקער״ פון די פאראייניגטע שטאטן, מייק זשאנסאן ירום הודו, אין סאטמאר׳ס אויסשטייגנדער שטאט ״קרית יטב לב״ אין בלומינגבורג, ניו יארק. דער דריט-העכסטער באאמטער אין די פאראייניגטע שטאטן, נאכ׳ן פרעזידענט און וויצע פרעזידענט, איז געקומען צו פארן פאר אן ענגע פריוואטע אויפנאמע בביתו נאוה קודש פון כ״ק אדמו"ר מסאטמאר שליט״א אין קרית יטב לב, נאכן אפהאלטן א סעריע פון…

Read more

שלום העיר: מאכטפולער אמעריקאנער קאנגרעס ספיקער מייק דזשאנסאן באזוכט ביי האד' מסאטמאר

פרייטאג נח • ל' תשרי תשפ"ה | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: י. שטיין אין א העכסט דראמאטישע אנטוויקלונג אין בעפארגרייטונג צו די אמעריקאנע וואלן דעם קומענדיגן וואך דינסטאג, האט דער דריט-העכסטער פיגור אין לאנד, דער מאכטפולער פעדעראלער קאנגרעס ספיקער מייק דזשאנסאן אפגעהאלטן דעם היינטיגן דאנערשטאג א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, אין באגלייטונג פון הויכראנגיגע באאמטע, צווישן זיי דער לאקאלער קאנגרעסמאן פון ראקלענד קאונטי מייק לאולער וואס לויפט יעצט פאר ווידערוויילונג. די פאליטישע סוויטע…

Read more

בשלום מלכות: עהרנפולע אויפנאמע פאר סענאט און קאנגרעס פירער ביי האד' מסקווירא און האד' מוויזניץ-מאנסי

דינסטאג נח • כ"ז תשרי תשפ"ה | בחצרות הקודש בילדער קרעידט: JDN מיט'ן העכסטן מאס כבודה של מלכות איז היינט אפגעהאלטן געווארן אן עהרנפולע אויפנאמע בביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א פאר די סאמע העכסטע פירער אין די אמעריקאנע געזעץ הייזער, דער סענאט מאיאריטעט פירער טשאק שומער, און דער קאנגרעס מינאריטעט פירער העקעם דזשעפעריס, וועלכע זענען געקומען זוכן שטיצע פון ק"ק סקווירא מיט אירע טויזנטער שטים-בארעכטיגטע וויילער ביי די בעפארשטייענדע וואלן קומענדיגע וואך. ביים אנקומען אין שיכון סקווירא…

Read more

קרית יואל'ער קאנגרעסמאן פעט רייען ביי האד' מסאטמאר צו די בעפארשטייענדע וואלן

מיטוואך וזאת הברכה א' • ז' תשרי תשפ"ה | בחצרות הקודש‎ נעכטן דינסטאג איז אריבער געקומען לביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין וויליאמסוברג דער קרית יואל'ער קאנגרעסמאן פעט רייען, וועלכע איז געקומען אפנעמען א ברכה פאר זיין ווידערוויילונג, אין באגלייטונג פון פראמינענטע עסקנים ואישי הציבור. מען האט דערביי שטארק באהאנדלט דעם חינוך פראבלעם, ווי דער רבי שליט"א האט זיך אויסגעדרוקט אז ביי אונז איז דער ערליכער חינוך די וויכטיגסטע טעמע, און מ'דארף זען צו צוהעלפן וואס מ'קען נאר טון אז די…

Read more

וויכטיגע זיצונג בביתו נאווה קודש פון האד' מסאטמאר מיט קאנגרעס מינאריטעט פירער דזשעפריס און קאנגרעסמאן פעט רייען

דאנערשטאג פ' נצבים – וילך • כ"ג אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: י. שטיין – JDN די וואך זונטאג איז  אריבער געקומען לביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א דער מאכטפולער קאנגרעס מינאריטעט פירער האקים דזשעפריס אין באגלייטונג פון דער קרית יואל'ער קאנגרעסמאן פעט רייען, וועלכע זענען געקומען הערן די געברויכן פון די היימישע אידנטום, אויך זענען אנוועזנד געווען הרה"ח ר' שמחה אייכנשטיין הי"ו – אסעמבלימאן פון בארא פארק, די ראשי וועד הקריה הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו, הרה"ח ר' גדלי' סעגעדין…

Read more