לכו והתפרנסו: ערשטמאליגע פרנסה עקספאו אפגעהאלטן מיט סוקסעס דורך חסידי קארלין סטאלין
מיטוואך פ' שמות • י"ח טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN מיט די העכסטע מאס הצלחה איז פארלאפענע וואך דאנערשטאג אפגעהאלטן געווארן די ערשטמאליגע ביזנעס עקספא, ארגאניזירט דורך מוסדות קארלין סטאלין, דער עקספא איז געווען געווידמעט און ספעציעל צוגעשטעלט פאר די הונדערטער סוחרים און ביזנעס אייגנטומער פון די קארלין סטאלינער קהלה, וואס האבן געמאכט געלונגענע ביזנעס קאנטאקטן און ערפאלגרייכע דיעלס, זייענדיג מקיים דעם "לכו והתפרנסו זה מזה". דער עקספא איז צושטאנד געקומען מיט'ן ברכת קדשו פונעם מנהיג העדה…