קאשוי

מאנסי: סעודת הילולא פון הגה"ק בעל שיח חיים מקאשוי זצ"ל בשילוב מיט יערליכן דינער לטובת מוסד "בית חינוך הישן"

מאנטאג פ' וארא • כ"ג טבת | בחצרות הקודש פארגאנגענעם שב"ק ויגש ז' טבת האבן תלמידי וחסידי קאשוי אפגעהאלטן די 7'טע יומא דהילולא קדישא פון הגה"ק בעל שיח חיים מקאשוי זצ"ל. אין די טעג ארום די יארצייט זענען הונדערטער אידן געקומען פוקד זיין דעם ציון הק' אין אהל אדמור"י קאשוי אויפן בית החיים אין קרית קאשוי בעדפארד הילס נוא יארק יע"א, ווי אידישע קינדער האבן זיך אויסגעגאסן דאס הארץ אויסבעטענדיג רפואות און ישועות למען הכלל והפרט אין זכות פונעם גרויסן צדיק. באסעס זענען געפארן פון אלע געגענטער צו ברענגען…

Read more

שבת מלא התרוממות והתעלות געפראוועט געווארן צום ערשטע מאל אין שטאט קרית יואל בצל האד' מקאשוי

דאנערשטאג פ' ויצא • ז' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש תושבי קרית יואל האבן געהאט די זכיה מיטצולעבן אן ערשטמאליגע שבת פון התרוממות הנפש והתעלות בראשות כ"ק אדמו"ר מקאשוי שליט"א, וועלכע האט צום ערשטע מאל אפגעראכטן א שבת אינאיינעם מיט תלמידיו ומעריציו אין שטאט קרית יואל יצ"ו. די געטרייע עסקנים האבן אריינגעלייגט איבערמידליכע כוחות די שבת זאל געקרוינט ווערן מיט די העכסטע מאס הצלחה, ב"ה אז עס איז טאקע געלונגען אהערצושטעלן א העכסט געלונגענע אפאראט, צוברענגענדיג דעם שבת צום קלימאקס. באזונדער איז…

Read more

שפאנונג ביי תלמידי וחסידי קאשוי צום ערשטמאליגן שבת בצל הקודש פון האד' מקאשוי אין שטאט קרית יואל יצ"ו

דינסטאג פ' תולדות • כ"ז חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט התלהבות און פרייד גרייטן זיך תושבי קרית יואל צום ערשטמאליגן "קאשוי שבת" אין שטאט קרית יואל, וואס וועט געפראוועט ווערן בראשות כ"ק אדמו"ר מקאשוי שליט"א, וועלכע וועט באשיינען דעם שבת מיט די געהויבענע תפילות ועריכת השולחנות, אויף א גייסטרייכן פארנעם, ווען הונדערטער תושבי קרית יואל, תלמידי וחסידי קאשוי, ובמיוחד די אברכים תלמידי יוצאי הישיבה, וועלן האבן די געלעגנהייט זיך מסתופף צו זיין בצל הקודש, און זיך אנשעפן פונעם באר מים חיים, מיט חיזוק…

Read more