ראחמיסטריווקא ארה"ק

ערשטמאליגן שבת בצל האד' מראחמיסטריווקא אין בני ברק פאראיבער מיט אומבאשרייבליכע התרוממות

זונטאג פ' וארא • כ"ב טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר די הערצער פון הונדערטער חסידי ראחמיסטריווקא תושבי בני ברק זענען אנגעזעטיגט פון דעם שבת מלא אורה, וואס זיי האבן זוכה געווען מיטצולעבן מיט מלכם בראשם כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א אין א געהויבענע אטמאספערע, זייענדיג דאס ערשטע מאל בקורות דברי הימים וואס דער רבי האט געפראוועט א שבת בתוככי הקהילה אין בני ברק, נאכדעם וואס דער רבי פארט זעלטן ארויס אויף שבת פון עיר הקודש ירושלים. בפניא דמעלי שבתא, נאך לאנגע וואכן פון הכנות, וואס די…

Read more

אויסטערלישע שמחה ביי חגיגת הכנסת ספר תורה אין ראחמיסטירווקא הויף נדבת הנגיד החסיד רר זרח גליק הי"ו

מאנטאג פ' ויחי • ט' טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך מיט גרויס שמחת התורה האבן פילע חסידי ראחמיסטריווקא אין עיה"ק ירושלים אנטיילגענומען ביים חגיגת "הכנסת ספר תורה" וואס איז אריינגעגעגבן געווארן דורך הנגיד החסיד רבי זרח גליק הי"ו פון בארא פארק איש אמונו פון כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, וועלכער האט געלאזט שרייבן א ספר תורה מהודר לעילוי נשמתם פון זיינע עלטערן, און לזכותו ולכבודו פון כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א. די ספר תורה איז פייערליך אריינגעגעבן געווארן צום גרויסן…

Read more

רגשי שמחה והתרוממות נעמט ארום חסידי ראחמיסטריווקא צום ערשטמאליגן שבת דורך האד' מראחמיסטריווקא אין בני ברק

דאנערשטאג פ' ויגש • ה' טבת תשפ"ו | בחצרות הקודש רגשי שמחה והתרוממות נעמט ארום ראחמיסטריווקא חסידים תושבי בני ברק, מיט די בשורה אדירה ומרנינה איבער א היסטארישער שבת וואס כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, וועט פראווענען אינעם עיר התורה והחסידות, זייענדיג דאס ערשטע מאל בקורות דברי הימים פון חצר הקודש ראחמיסטריווקא, וואס די רבי שליט"א וועט אפרעכטן א שבת אין בני ברק. צוריק עטליכע יאר ווען מען האט געלאזט אין גאנג דעם מאסיווע בוי פראיעקט אויפצובויען די נייע ראחמיסטריווקא ביהמ"ד אין בני ברק, האט דער…

Read more

שמחה'דיגע מעת לעת ביים ברית מילה פון נכד האד' מראחמיסטריווקא אריינגעצויגן אין שב"ק

מאנטאג פ' ויצא • ד' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר, שלומי טריכטער,JDN מיט שמחה'דיגע געפילן און התרוממות הנפש האבן הונדערטער ראחמיסטריווקא חסידים מיטגעהאלטן די גרויסער שמחה במעון קדשו פון מורם ורבם כ"ק האדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א ביים שמחת הברית מילה פון א אייניקל, בן הנולד ביי זיין עלטסטן איידעם הרה"צ רבי שמואל אבא טווערסקי שליט"א, וואס איז געפראוועט געווארן דעם ערב שבת אין ביהמ"ד הגדול ראחמיסטריווקא אין ירושלים, ברוב עם הדרת מלך, די שמחה איז געווען איין לאנגע קייט…

Read more

המתאחדת בתורתך: האד' מראחמיסטריווקא וועט פראווען שבת התאחדות אין די קאנטרי מיט יוצאי ישיבת ראחמיסטריווקא

דאנערשטאג פ' וירא • ט"ו חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש די שפאנונג ביי די הונדערטער ראחמיסטריווקא תלמידים – יוצאי ישיבה הק' מאור עינים ראחמיסטריווקא איז אויף די העכסטע שטאפלן, שטייענדיג א קארגע וואך אפגעריקט פון דעם זעלטן היסטארישן שבת פרשת חיי שרה, ווען כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, וועט אונטערנעמען א ספעציעלע בליץ-באזוך קיין ניו יארק צו באשיינען דעם גייסטרייכן שבת "בצילו חימדתי" אינאיינעם מיט תלמידיו הקרוים בנים יוצאי הישיבה. די שבת ברענגט ארויס נאסטאלגישע הרגשים ביי די יונגעלייט בוגרי הישיבה…

Read more

האד' מראחמיסטריווקא וועט אונטערנעמען קורצע נסיעה קיין שווייץ אין ראם פון מסע הגדולים לטובת "קרן עולם התורה"

דינסטאג פ' לך לך • ו' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם קומענדיגן אנהייב וואך פ' וירא וועט כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א אפפליען אויף א בליץ באזוך קיין ציריך שווייץ צו זיין א טייל פון נאך א נסיעה וואס ווערט אונטערגענומען דורך די גדולי ומאורי הדור לטובת דער "קרן עולם התורה", מיטן ציהל אויפצוטרייבן סכומים אדירים לטובת די ישיבות און כוללים בארץ הקודש. דאס קומט נאכדעם וואס דער ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א, האט פערזענליך פארבעטן דעם רבי'ן זיך אנצושליסן אין די נסיעה וואס וועט זיכער…

Read more