חזק ונתחזק: הונדערטער תושבי וויליאמסבורג מיטגעהאלטן שבת מרומם בצל המשפיע הגה"צ רבי יצחק משה ערלאנגער שליט"א
מיטוואך פ' שמות • י"ח טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN מאסן חסידים ואנשי מעשה האבן זיך דעם שבת דערווארעמט בצילו פון המשפיע המפורסם הגה"צ רבי יצחק משה ארלאנגער שליט"א פון ארץ ישראל, אין ראם פון דער התאספות מדי שבוע בשבוע פון די ימי השובבי"ם, דורך חבורת "רעווא דרעווין-באר האמונה", ווען שווערע הונדערטער אידן פילן איבער די זאלן פון עידן פעלעס אדער אנדערע זאלן וואו דער התאספות ווערט אפגעראכטן, קומענדיג מיטן איינעם ציל, זיך מחזק צו זיין און נתעורר צו ווערן מיט תשובה ותיקון המעשים. שוין…