קני המנורה: דיינים פון אלע סקווערער שטיבלעך געלאדענט צו מסיבת שבע ברכות במעון הקודש פון האד' מסקווירא
דאנערשטאג פ' וישלח • י"ד כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אייזיק ג.,JDN פארלאפענעם ליל שישי איז אפגעראכטן געווארן אן ערהאבענע שמחת שבע ברכות בחצר הקודש סקווירא אינאיינעם מיטן מעמד קני המנורה ספעציעל געווידמעט אלס היסטארישע צוזאמקום פאר אלע דיינים יושבים על מדין אין די שטיבלעך דחסידי סקווירא ברחבי תבל, וועלכע האבן געהאט די זכיה מיטצוהאלטן געהויבענע מאמענטן בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א כשהשמחה במעונו. די שבע ברכות איז פארגעקומען אינעם גרויסן שטוב בביתו נאווה קודש פונעם…