טויזנטער חסידים און תושבי ירושלים מיטגעהאלטן דערהויבענע טיש ליל שב"ק בצל האד' מתולדות אברהם יצחק | באריכט
זונטאג פ' חי שרה • י"ח חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש טויזנטער בני ציון און חסידי תולדות אברהם יצחק האבן מיטגעהאלטן א לעכטיגע שבת קודש בצל כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, א שבת פיל מיט שבח והודאה צום אייבערשטן, מלך ביופיו תחזינה עיננו, טראץ דעם וואס דער רבי שליט"א איז אריבער אין די לעצטערע פאר וואכן פארשידענע געזונטהייט קאמפליקאציעס זייענדיג אין שפיטאל, און אפילו דעם לעצטן וואך פון פרשת וירא האט דעם רבינ'ס געזונט צושטאנד אויסגעקוקט צו זיין גאר שווער זייענדיג אין א מצב סכנה ממש, האט מען ברוב…