יומא טבא לרבנן: מעמד כבוד התורה און חלוקת פרסים אין ישיבה גדולה תולדות אהרן אין אלעד
מיטוואך פ' תולדות • כ"ח חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר א הערליכע מעמד כבוד התורה איז נעכטן אפגעראכטן געווארן אין די ישיבת גדולה תולדות אהרן אין אלעד, וואו די הונדערטער בחורי חמד תלמידי הישיבה האבן געפייערט דעם יומא טבא לרבנן, לרגל סיום מסכתות קידושין און בבא מציעא וואס די בחורים האבן געלערנט און געחזרט דורכאויס די לעצטע צוויי יאר, אינאיינעם מיטן מעמד חלוקת תעודות פאר די בחורים מצטיינים. די מעמד איז פארגעקומען אינעם גרויסן היכל אין די קרית הישיבות אין שטאט אלעד, אין שפיץ פון…