מסובין בבני ברק: היסטארישער מעמד חנוכת הבית פארן בנין בית חינוך לבנות ד'סאטמאר אין בני ברק
מיטוואך פ' וישלח • י"ג כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש פארלאפענעם זונטאג ויצא העעל"ט נאכן דערהויבענעם שבת אין אתרא קדישא מירון איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אנגעקומען קיין בני ברק און תיכף צוגעפארן צום בנין החדש בית חינוך לבנות 'בית פיגא" דחסידי סאטמאר וואס איז באנייעט געווארן ביים ביקור המרומם פון רבי'ן אין שטאט. די רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן פראכטפולן בנין, דערנאך קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג און דערנאך ארומגעגאנגען זיך אומקוקן אויף אלע שטאקן. דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים…