מאנטאג פ' תצוה • ג' אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש
אין די טעג האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א באנייעט דעם רחבות'דיגע צוויי-שטאקיגע ספרים שטוב, אינעם נייעם חלק וואס איז צוגעבויט געווארן צו ביתו נאוה קודש אויף צאנז קאורט אין קרית יואל, וואס וועט ערזעצן דעם רבי'נס ביז היינטיגע קליינע ספרים שטוב אינעם פראווע-צימער.
ווי ברייט באריכטעט איז דעם זוממער דורכגעפירט געווארן א ברייטע אונטערנעמונג להוסיף על הקודש, צו אויסשטאפירן דעם מעון הקודש מיט פרישע איינריכטונגען, דער נייער עקסטענשאן נעמט אריין א נייע גרויסע שטוב פאר די ספעציעלע מאורעות וואס ווערן אפגעראכטן ביים רבי'ן אין שטוב, א נייע געבויטע סוכה, א נייע גרויסע פראווע-צימער, א פריוואטע מקוה, און נאך.
אין די טעג האט מען אנגעהויבן אריבערצופירן די טויזנטער ספרים פונעם רבינס יעצטיגן אוצר הספרים, צום נייעם ספרים שטוב וואס איז אהערגעשטעלט געווארן ברוב פאר והדר אויף גאר א פראקטישן אופן מיט ספעציעלע גאלעריען, וואס וועט צוגעבן א דראסטישע הרחבת הדעת פארן רבי'ן שליט"א צו קענען עוסק זיין בתורה, עס איז א מחזה הוד וואו דער רבי שליט"א זעלבסט טוט זיך אפגעבן בטירחא דגופא מיטן מסדר זיין די ספרים אינאיינעם מיט די בחורי וועלכע געבן זיך אפ אין שטוב, וואו דער רבי איז עומד על גביהם און טוט אנווייזן פארשידענע הוראות, צו מסדר זיין די שווערע טויזנטער ספרים אין אלע ערליי מקצועות התורה, דבר דבר על אופנו.