מיטוואך פ' תצוה • י"ב אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש
א שיינעם מעמד איז פארגעקומען דעם פארלאפענעם מאנטאג תרומה אין שטוב פון כ"ק אדמו"ר מקאסאן שליט"א אין לינדען, וואו עס איז אויפגעשטעלט געווארן א געמיינזאמע וועד רבנים, צוזאמגעשטעלט פון אלע קהילות הקודש אין לינדען והגלילות, וועלכע וועלן בעז"ה פארפיגן איבער די כשרות און אויפהאלטונג פונעם מקוה, לשביעת רצון און באקוועמליכקייט פון אלע תושבי העיר, וועלכע וועלן פארמאגן א שטענדיגע צוטריט און דעת איבער הנהגת והחלטות אינערהאלב דעם מקוה.
ביים אסיפה האבן זיך משתתף געוועהם הרה"ג רבי יעקב מנחם שטייף שליט"א, הרה"ג רבי אלעזר מרדכי סופר אבד"ק סאטמאר לינדען, הרה"ג רבי שמואל רובין דומ"ץ בלינדען וראש הכולל באבוב, אבד"ק אברכים לינדען, אין הרה"ג רבי הערשל פריינד דומ"ץ זידיטשוב.