גדולי ישראל זענען מקיים דעם שאו מרום עיניכם און באוואונדערן די נפלאות הבורא פון ליקוי חמה

מאנטאג פ' תזריע • כ"ט אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש

אידן אין אמעריקא פון גרויס ביז קליין האבן זיך היינט פארזאמעלט תחת כיפת השמים מיטצוהאלטן די זעלטענע פולע ליקוי חמה, צווישן אנדערע איז אנגעזען געווארן רבנים חשובים און זקני העדה וועלכע האבן אויך אויסגענוצט די געלעגנהייט צו מקיים זיין דעם והביטו אל כל נפלאותיו.

באזונדער איז געזען געווארן כ”ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א וועלעכע איז ארויסגעקומען אויפן טעראסע שע”י ביתו נאוה קודש מיטצוהאלטן די ליקוי חמה.

אויך כ”ק אדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א וועלכע איז צוגאסט אין וויליאמסבורג איז ארויפגעגאנגען צום דאך אין די אכסניא בבית הרבני הנגיד ר’ מאיר דוד טאבאק הי"ו צו זען מיט די ספעציעלע גלעזער די נפלאות הבורא.

והיה אור הלבנה כאור החמה.

Related posts

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"