הויפט בלאט באריכט בד"ץ העדה החרדית פארופט מאסיווע עצרת מחאה פארנט פונעם מיליטערישן טורמע דעם קומענדיגן ר"ח אב

בד"ץ העדה החרדית פארופט מאסיווע עצרת מחאה פארנט פונעם מיליטערישן טורמע דעם קומענדיגן ר"ח אב

געשריבן דורך admin123

פרייטאג פ' מטות מסעי • כ"ה תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש


אין דעם קריטישן צייט וואס אלע גדולי ישראל בארצינו הקדושה, שרייען געוואלד איבער'ן שרעקליכן מצב פון דעם גזירת הגיוס אשר כמוהו לא נהייתה, אין די מחאות פארנט פונעם מיליטערישער טורמע ווערן שטערקער און שטערקער פון טאג צו טאג איז נארוואס באשטעטיגט געווארן די ערשטע פלענער איבער א מאסן עצרת מחאה אדירה וואס וועט אפגעהאלטן ווערן קומענדיגן מיטוואך ראש חודש מנחם אב, פארנט פונעם מיליטערישן טורמע נומער 10, פארופן דורך די שרי התורה חברי בית דין צדק העדה החרדית.

די שטורמישע מחאה וועט צונויפברענגען שווערע טויזנטער אידן החרדים לדבר ה' אין שפיץ פון די מנהיגי קהילות הקודש החונים תחת דגלה פונעם בית דין הגדול שבירושלים, להרעיש תבל ומלואה, מוחה צו זיין כדת של תורה און אויסשרייען דעם הילכיגן וויי-געשריי אקעגן די ביטערע גזירת הגיוס און אקעגן די קרימינאלע אקטן מיטן האלטן ארעסטירט בחורים און אינגעלייט אויפן איינציגסטן חטא פארן זיך נישט וועלן שטעלן אינעם צבא השמד.

די עסקנים ארבעטן יעצט אויס די גענויע דעטאלן און דעם סדר המעמד, וואס וועט אריינרעכענען פייערדיגע דרשות הסברה און שארפע דברי מחאה דורך די שרי התורה חברי הבית דין צדק און גדולי ישראל, וואס וועלן אריינצושיקן עמערס מיט חיזוק צו די אסירי ציון וואס זיצן דארט אינעווייניג אונטער די אייזערנע גראטעס, זיי זאלן וויסן און שפירן אז זיי זענען נישט אליין אינעם קאמף און אז גאנץ כלל ישראל שטייט צו זייער זייט.

שווערע טויזנטער אידן, זקנים עם נערים, גרייטן זיך בהמוניהם ארויסצוקומען דעם קומעדיגן מיטוואך צום טורמע קלאר צו שטעלן פאר די שלטון הרשע אז קיין שום אידיש קינד וועט זיך נישט לאזן ברעכן, און מיר וועלן נישט איינרוען ביז די רשעים וועלן אראפנעמען זייערע לאפעס פון די לומדי תורתינו הקדושה.

שרייבט א קאמענט