הויפט בלאט באריכט בימים ההם בזמן הזה: ערשטמאליגע "היכלות" פארשטעלונג אין ירושלים וועט צייגן זעלטענע אוצרות און אידישע היסטאריע

בימים ההם בזמן הזה: ערשטמאליגע "היכלות" פארשטעלונג אין ירושלים וועט צייגן זעלטענע אוצרות און אידישע היסטאריע

געשריבן דורך admin123

דאנערשטאג פ' מטות מסעי • כ"ד תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש


תושבי ארץ הקודש, יונג און אלט, גרייטן זיך מיט שפאנונג מיטצוהאלטן דעם ערשטמאליגן און היסטארישן פארשטעלונג מיטן נאמען "היכלות", וואס וועט אפגעהאלטן ווערן דעם בין הזמנים, אין די גיגאנטישע בניני האומה אין ירושלים, וואו עס וועט פאכמאניש ווערן פארגעשטעלט טויזענטער היסטארישע חפצי קודש וסגולת מלכים פון פריערדיגע צדיקים, וואס זענען יארן געווען באהאלטן ביי אנטיק זאמלער, פריוואטע ארכיוון און ביבליאטעקן, און וועלן אצינד געצייגט ווערן דערמיט אריינצוברענגען דעם ציבור אין א העכערע אטמאספערע זיך צו מקשר זיין צום לעכטיגן אמאל.

די פארשטעלונג "היכלות" וועט פארקומען אין די בין הזמנים טעג צווישן די טעג י"ט און כ"א אב הבעל"ט, ווען די גיגאנטישע זאלן פון די בניני האומה וועלן פארוואנדלט ווערן אין אכט פארצייטישע "היכלות", באזונדער ציממערן און בתי מדרשים וואס וועלן אפשפיגלען די אמאליגע לעבנסשטייגער פון די פריערדיגע צדיקים און אידן אינעם אלטן היים, און גלייכצייטיג וועט ערצייגט ווערן אומצאליגע חצפי קודש יקרי ערך פון אט די צדיקים און גאונים מפורסמים, טראגנדיג אן אומשאצבארע ווערד פון שווערע מיליאנען.

א באזונדערע היכל פון די חסידישע דינאסטיעס, די חסידישע רביים און זייערע חפצי קודש, אונטערן שאטן פון די פארצייטישע אויסזעהן פונעם בית המדרש העתיק פונעם בעל שם טוב הק' זי"ע אין מעזיבוזש.

א באזונדערע היכל פאר די ליטווישע גדולים, אויסגעשטעלט אלס היכלי הישיבות מיט שטענדערס, היסטארישע ספרים און כתבי ידות פון די גדולי התורה אין די פריערדיגע דורות.

א באזונדערע היכל פאר די צדיקים און מקובלים פון ספרדישע קרייזן, אנדערע אפריקאנער קרייזן און נאך. אזוי אויך וועט זיין א באזונדערע היכל הנגינה, א באזונדערע היכל "קדושי השואה" אלעס ארום די מיטמאכענישן ביים צווייטן וועלט מלחמה ה"י, און אזוי ארום נאך פארשידענע אפטיילונגען וואס וועט אריינברענגען די פארזאמלטע אין א פארצייטישע אטמאספערע, ווען אין יעדער פון די היכלות וועט פארגעשטעלט ווערן די היסטארישע חפצים און כתבי ידות, באגלייט מיט א שילדערונג איבער די רייכע היסטאריע און געשיכטע פון יעדן חפץ באזונדער.

די פראיעקט ווערט אנגעפירט דורך דעם באקאנטן חוקר און מומחה אין די פעלד פון יודאיקע און חפצי קודש הרב יהודה ברייער, מיטן הילף פונעם שריפטשטעלער און היסטאריקער הרב טוביה פריינד שליט"א, און א שטאב אנטיק-מומחים אין היסטאריקער פון פארשידענע שיכטן און קרייזן.

די פארשטעלונג וועט זיין געאייגנט פאר אלע יארגענג: בחורים און יונגעלייט, עלטערע אידן, בעלי בתים און בני תורה צוגלייך, זייענדיג אן איינמאליגער געלעגנהייט צו כאפן אן אריינבליק אין א גאנצע וועלט פון אידישע היסטאריע, מסורה און זעלטענע אוצרות.

אין די יעצטיגע טעג האט זיך געעפענט די טעלעפאנישע טיקעט-פארקויף פאר'ן אלגעמיינעם ציבור וואס וויל קומען מיטלעבן די היסטארישע פארשטעלונג, רופט 03-313-2330.

Blog Image

שרייבט א קאמענט