דאנערשטאג פ' ראה • כ"ג אב תשפ"ו | בחצרות הקודש
חסידי וויזניץ אין מאנטריאל האבן מיט פרייד אויפגענומען די בשורה מרנינה, איבער דעם גמר המקח וואס איז געשלאסן געווארן אויף א בנין רחבת ידים, וואס וועט דינען אלס אכסניא של תורה פאר די בליענדע וויזניצער מוסדות אין די שטאט בראשות ונשיאות כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנטריאל שליט"א.
די וויזשניצער מוסדות אין מאנטרעאל האבן זיך קונה געווען דעם כתר שם טוב מיט די געוואלדיגע כחות וואס מען לייגט כסדר אריין פאר די הצלחה פון די תלמידים, און במשך די לעצטע אומגעפער צוואנציג יאר האבן די מוסדות זיך צובליט און צואוואקסן מיט די הערליכע תלמוד תורה, מיידל שולע און ישיבה "אמונת מרדכי" על שמו ולזכרו פונעם מייסד הקהלה כ"ק אדמו"ר הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזניץ זצ"ל.
שוין א לענגערע צייט וואס עס שפירט זיך דער לחץ זו הדחק ביי די תלמידי המוסדות, און אצינד האבן די געטרייע חברי הנהלה מצליח געווען אפצוקויפן דעם בנין רחבת ידים אויף די סענט-אורבאן גאס אין מאנטריאל, וואו מען וועט ווייטער מרחיב זיין די גבולי הקדושה, צו קענען נאכקומען דעם כסדר'דיגן בליה און וואוקס פון די מוסדות.
דער מקח איז געשלסן געווארן נאכן מקבל זיין ברכת הקודש פונעם מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מוויזניץ-מאנטריאל שליט"א, און אין די נאנטע טעג וועט מען בעזהשי"ת אנהייבן מיט די רענאוואציעס, איינצורישן דעם בנין, צו קענען לינדערן דעם מאנגל אין פלאץ אין די ביז-איצטיגע בניני המוסדות.
