הויפט בלאט באריכט צדיקים יושבים: פרייליכע שמחת החתונה בחצרות פינסק קארלין – סטראפקוב – ראדאמישלא

צדיקים יושבים: פרייליכע שמחת החתונה בחצרות פינסק קארלין – סטראפקוב – ראדאמישלא

געשריבן דורך admin123

מאנטאג פ' שופטים • כ"ז אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: א.פ.ק 


א פרייליכע שמחה איז נעכטן געפראוועט געווארן בחוצות ירושלים אין די הויפן פון פינסק קארלין – סטראפקוב – לעלוב – ראדאמישלא. דער חתן איז אן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א, א זון פון זיין זון הרה"צ רבי מנחם מענדיל ראזענפעלד שליט"א, איידעם הגה"צ רבי יעקב אלי' האראנטשיק שליט"א האדמו"ר מלעלוב הר יונה, עב"ג די כלה טאכטער פון המנוח הגה"צ רבי יחזקאל שרגא דוד האלפערין זצ"ל דומ"ץ צאנז רמות, בן הגה"צ גאב"ד ראדאמישלא זצ"ל, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מסטראפקוב שליט"א, די שמחה איז אפגעראכטן געווארן אינעם מאנדיאל זאל אין ירושלים, בקול מצהלות חסידים ואנשי מעשה והמון חוגג.

ביים מעמד החופה איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין דער זיידע כ"ק אדמו"ר מסטראפקוב שליט"א, וועלכער האט אויך אונטערגעפירט מצד הכלה, מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן הגה"צ רבי חיים יוסף בידרמאן שליט"א אב"ד לעלוב בני ברק, מיט די ברכות זענען מכובד געווארן די פעטער'ס הגה"צ רבי דוד האלפערין שליט"א גאב"ד הענדין, הגה"צ רבי יעקב מרדכי טווערסקי שליט"א אבד"ק טשערנאביל אלעד, הרה"צ רבי ישראל ראזענבוים שליט"א מנדבורנא, און מיט נאך א ברכה הרה"צ רבי אשר פריעדמאן שליט"א מנהל מוסדות נחמת ישראל, בן הגה"צ גאב"ד טענקא שליט"א. מיט ברכה אחריתא איז מכובד געווארן דער עלטער פעטער הגה"צ רבי אברהם יוסף האראנטשיק שליט"א האדמו"ר מלעלוב וויליאמסבורג.

נאכן מעמד החופה האבן די זיידעס כ"ק האדמורי"ם מפינסק קארלין, סטראפקוב און לעלוב הר יונה מאציל געווען מברכותיהם פארן גאנצן ציבור, און זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגן מחול לצדיקים.

א קורצע צייט נאכן חופה זענען די זיידעס האדמורי"ם שליט"א אריינגעקומען אין זאל ווערנדיג אויפגענימען לקול תרועת הזמר, און די ריקודין האבן אנגעהאלטן לענגערע שעה'ן נאכאנאד, בשעת די סעודה איז ערשינען דער געהויבענער עלטער פעטער כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א, וואס האט זיך ספעציעל מטריח געווען קומען באשיינען די שמחה.

באזונדער האט מען אויפגענומען מיט התרגשות די ערשיינונג פון פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, זייענדיג א הערליכע מחזה פון צדיקים יושבים ומסובים בראש, הרה"צ רבי יעקב מאיר שליט"א האט פארפירט א ידידות'דיגע שמועס מיטן חברותא כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א, און זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגן ריקוד של שמחה און א מחול לצדיקים מיטן זיידן כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א, און מיט די פעטער כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א.

דורכאויס די שמחה האבן באשיינט דעם אויבן-אן די חשובע פעטערס כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א, האדמורי"ם מפרימישלאן, טרעבישאן, סטאניסלאוו ביתר, זידיטשוב בני ברק, זלאזיץ, ראש ישיבת טשעבין, הגה"צ רבי חיים צבי שפירא שליט"א ראב"ד בד"ץ מחזיקי הדת בעלזא, און אזוי אויך האדמורי"ם מזוועהיל, שומרי אמונים ירושלים, קארלין לעלוב, סאווראן ביתר, פולנאה אב"ד צאנז טשאקאווא, המשפיע הגה"צ רבי נחמן בידרמאן שליט"א מלעלוב, הרבנים בני כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א, און נאך.

מיט ברכת המזון על הכוס איז מכובד געווארן דער זיידע כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א, די שבע ברכות זענען צוטיילט געווארן צווישן די קרובי המשפחה, און מיט ברכה אחריתא איז מכובד געווארן דער זיידע האדמו"ר מלעלוב הר יונה שליט"א.

נאך ברכת המזון האט זיך אנגעהויבן די עבודת הריקודין פון מצוה טאנץ, דער פעטער כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א האט צוערשט אפגעראכטן די ריקודי קודש לפני הכלה, און באזונדער ארויס אין א פייערדיגע ריקוד מיט די יתומים קינדער פונעם מחותן הגה"צ רבי יחזקאל האלפערין זצ"ל, דער רבי האט דערנאך אנגעוואונטשן חתן וכלה און פארלאזט די שמחה.דערנאך האט כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א אפגעראכטן די ריקודין קדישין, און דערנאך האט דער בדחנא דמלכא אויסגערופן די זיידעס האדמורי"ם מסטראפקוב און לעלוב הר יונה, די פעטערס גאב"ד הענדאן, האדמו"ר מלעלוב וויליאמסבורג, און בני הגה"צ גאב"ד ראדומישלא זצ"ל בעל שדי יצחק, זיידע פון די כלה, וואס מען שטייט נאך אין יאר פון זיין הסתלקות.

א באזונדערער רירנדער מאמענט איז געווען ביים אויסרופן די קינדער פונעם מחותן אבי הכלה זצ"ל, ווען דער בדחן האט געגראמט און מעלה געווען זכרו הבהיר פון דעם אבי הכלה משמי מעל.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט