פארלאפענעם וואך ערב ראש חודש אב איז כ"ק אדמו"ר מנדבורנא שליט"א ארויסגעפארן אויף א קורצע נסיעה קיין אייראפע, וואו דער רבי שליט"א האט געעפענט די געהויבענע מעמדי התפילה ביים ציון המצוינת פון זקינו דער פועל ישועות, הרה"ק רבי מרדכי'לע מנדבורנא זי"ע, וואו טויזנטער אידן דרייען זיך דורך, אין לויף פון די ניין טעג כידוע. דער רבי שליט"א האט אויך באזוכט אינעם ארטיגן בנין הכנסת אורחים וואס איז אויפגעשטעלט געווארן דורך די געטרייע עסקני חסידי נדבורנא תחת נשיאותו, וואס שטייט גרייט דורכאויס די ניין טעג צו פארזארגן אש"ל מלא כיד המלך פארן ריזיגן ציבור וואס שטראמט אהין.