הויפט בלאט באריכט שיינעם באזוך און קביעת מזוזה דורך האד' מסאטמאר אין ביהמ"ד הגדול והחדש זוועהיל אין מאנסי בנשיאות האד' מזוועהיל

שיינעם באזוך און קביעת מזוזה דורך האד' מסאטמאר אין ביהמ"ד הגדול והחדש זוועהיל אין מאנסי בנשיאות האד' מזוועהיל

געשריבן דורך admin123

דינסטאג פ' נשא ב' • י' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש


פארגאנגענע וואך בעת כ"ק אד"ר מסאטמאר שליט"א איז געווען צוגאסט אין שטאט מאנסי צו באשיינען די יערליכע דינער לטובת מוסדות סאטמאר מאנסי איז דער רבי אנגעקומען אויף א באזוך און מעמד קביעות מזוזה בבית מדרשו החדש פון כ"ק האדמו"ר מזוועהיל שליט"א פון אמעריקא, חתן גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.

דער רבי האט זיך צום ערשט אומגעקוקט ביים פראכטפולן ביהמ"ד, די חדרי התפילה, די אולם השמחות און די מקוה מפוארה. דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, וואו עס איז פארצויגן געווארן א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים, און דער זוועהילער רבי שליט"א האט מכבד געווען דעם רבי'ן שליט"א מיט לחיים אין די בעכער פון זקינו הרה"ק רבי שלמה'קע זוועהיל'ער זי"ע, און די רבי'ס האבן געטרינקען לחיים, דערנאך האט האדמו"ר מזוועהיל מכבד געווען דעם רבי'ן צו קובע זיין א מזוזה אויפן שער הביהמ"ד.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט