די וואך ראש חודש ניסן האט כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א באזוכט אין די "היימישע מצות" בעקעריי אין קרית צאנז נתני' וואו דער רבי האט מפקח געווען אויף די ארבעט אינעם בעקעריי און זיכער געמאכט אז אלעס ווערט געטון מיט די גרעסטע מאס הידור שייך. נאכן מיטהאלטן דעם סדר האפייה האט דער רבי מפריש געווען חלה און איבערגעלאזט ברכת קדשו פאר די הנההלת בית אופה און אלע מיטארבעטער.