נעכטן זונטאג איז בשעה טובה ומוצחלת געשלאסן געווארן די שידוך פון די חתן א אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א, א זון פון בנו הגדול הרה"צ רבי יואל זושא בידערמאן שליט"א רב חסידי לעלוב איידעם פון הגה"צ אבד"ק מאקאווא אלעד זצ"ל, מיט די כלה א טאכטער פון כ"ק אדמו"ר מאפאלע שליט"א איידעם פון כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א, די שמחת התנאים איז פארגעקומען שפעטער אויפדערנאכט אין ביהמ"ד אפאלע אין בני ברק אין שפיץ פון די זיידעס האדמור"ים שליט"א.