דעם מוצאי שבת האט כ"ק אדמו"ר מטאלנא שליט"א פון אשדוד פוקד געווען דעם ציון הק' פון זקינו הרה"ק רבי וועלוועלע מטשארניאוסטראה זי"ע, נאכן וויילן אין טבריה אויף א שבת התוועדות "הוד קדומים" מיט די נגידים ותומכים פון ישיבה לצעירים מתיבתא דרבינו יוחנן טאלנא, אין א האטעל סמוך ונראה צום ציון הק'.