דעם זונטאג בשלח העעל"ט איז געפייערט געווארן דח מעמד יובל העשור יוצאים להוראה פאר די הונדערטער חברי הכולל דחסידי צאנז אין ניו יארק, אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א וועלכער איז צוגאסט די טעג אין ניו יארק אויף א ביקור מרומם מחזק צו זיין די קהילות הקודש דחסידי צאנז, די מעמד איז פארגעקומען אין ביהמ"ד קהל עדת חסידים אויף בעיטס דרייוו אין מאנסי, וואו עס זענען געהערט געווארן א רייע דרשות פון די רבני הקהילה וראשי הכוללים, און צום הויכפונקט די דברות קודש פונעם אורח הנשגב כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א.