admin123

גרויסן ציבור ביי שמחת החתונה בבית פאפא בארא פארק – ראשית חכמה – לייפניק

דינסטאג פ' וארא • כ"ד טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: הערשל רובינשטיין,JDN שמחת החתונה פונעם חתן א זון פון הגה"צ ר' ברוך מייזליש שליט"א אבד"ק לייפניק, זון פון הגה"ק מווייטצען זצוק"ל, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מקאליש זצ"ל, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"ג ר' הערשיל אונסדארפער שליט"א, זון פון הגה"צ ר' יעקב אלי' אונסדארפער שליט"א אבד"ק מתיבתא ראשית חכמה מאנטריאל, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מפאפא בארא פארק שליט"א, די שמחה איז פארגעקומען אין די עטרת גאלדא זאל אין בארא פארק.

Read more

הנה מלכך בא: חסידי צאנז אין אמעריקע ציילן שוין די שעה'ן צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" פון האד' מצאנז קיין אמעריקע

דינסטאג פ' וארא • כ"ד טבת | בחצרות הקודש מיט אומבאגרעניצטע עקסטאז ציילן שוין חסידי צאנז איבער אמעריקע די שעה'ן ווען מ'וועט אט-אט זוכה זיין צום מלך ביפיו תחזינה עינינו, מקבל צו זיין את פני הקודש פון מלכם ואורם כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א וועלכער לאזט זיך דעם קומענדיגן מוצאי שבת וארא ארויס צום היסטארישן מסע הקודש "ותבנהו" מחזק צו זיין עדת צאן מרעיתו, די קהלה און מוסדות צאנז ברחבי ניו יארק און ניו דזשערזי. אין די יעצטיגע טעג איז שוין באשטעטיגט געווארן די פולע פרטים פון די סדרי הימים דורכאויס דעם…

Read more

האד' מסטריקוב קעגן היינטיגע מאדעס ביי בעקיטשעס: שאלה פון "לא תלבש"

דינסטאג פ' וארא • כ"ד טבת | בחצרות הקודש דעם פארגאנגענע וואך בעת רעוא דרעוין האט כ"ק אדמו"ר מסטריקוב שליט"א גאר שטארק ארויסגעטראטן אקעגן די היינטיגע נייע מאדערנע בעקיטשעס וועלכע האבן אין זיך א חשש פון "לא תלבש". דער רבי שליט"א האט גאר שטארק מרחיב געווען, אז מיר שטייען יעצט אין די וואכן ווען מען לערנט אין די פרשיות פון גלות מצרים, און איינס פון די זכותים אז מען איז אויסגעלייזט געווארן פון מצרים איז געווען "שלא שינו את לבושם", און דאס איז א שטענדיגע לימוד לדורות, ווען אמאליגע צייטן האט געמיינט…

Read more

האד' מבעלזא אפגעראכטן מסיבת שבע ברכות פארן הויז בחור החתן דוד גוטמאן הי"ו

דינסטאג פ' וארא • כ"ד טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אמ"ש, JDN פארלאפענעם וואך איז פארגעקומען בביתו נאווה קודש פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א א ספעציעלער שמחת שבע ברכות וואס דער רב שליט"א האט אפגעראכטן לכבודו פונעם הויז בחור החתן דוד גוטמאן הי"ו לרגל שמחת נישואיו למזל טוב, דער חתן, א זון פון הרה"ח ר' העניך גוטמאן הי"ו פון לאנדאן וואס ציילט זיך צווישן די מקורבים אינעם רבינס שטוב, האט געהאט די זכיה משמש צו זיין לפני ולפנים די לעצטע דריי יאר בקודש פנימה און צוגעשטאנען לימין קדשו פונעם רב שליט"א…

Read more

גייסטרייכע מעמד "להחיותינו" אפגעראכטן אין ק"ק מאחנובקא בעלזא אין ירושלים לחיזוק וביסוס הקהילה

דינסטאג פ' וארא • כ"ד טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך א גייסטרייכע מעמד "להחיותינו" איז אפגעהאלטן געווארן פארלאפענעם ליל שישי פאר עדת חסידי מאחנובקא בעלזא אין ירושלים, מיטן ציל להקים בית גדול וקדוש, אוועקצושטעלן א מקום קבע פאר די קהלה נאך א לענגערע תקופה וואס מען האט געדארפט אויפגעבן דעם קביעות'דיגער בנין הקהילה, און מען האט געוואנדערט גולה אחר גולה אין פארשידענע צייטווייליגע לאקאלן ארויסקוקנדיג בכליון עינים צו קומען אל המנוחה ואל הנחלה אין א קביעות'דיגע מקום בהרחבת הדעת. די…

Read more

שמחת התנאים בחצרות באסטאן – אשלג – יבניאל | בילדער גאלעריע

דינסטאג פ' וארא • כ"ד טבת | בחצרות הקודש דעם זונטאג שמות איז פארגעקומען די שמחת התנאים לרגל די שידוך שליסם פון די חתן א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מאשלג שליט"א, א זון פון זיין איידעם הרה"ג ר' יחזקאל משה פרענקל שליט"א רב ביהמ"ד הגדול אין יבניאל, זון פון הגה"צ ר' סיני מאיר פרענקל שליט"א גאב"ד יבניאל, מיט די כלה א טאכטער פון כ"ק אדמו"ר מבאסטאן שליט"א פון ביתר, איידעם ביי הגה"צ גאב"ד גרויסווארדיין סטעטן איילענד, די שמחה איז פארגעקומען אין די ערלויער זאל אין שטאט ביתר.

Read more

געהויבענע שמחת שבע ברכות צוגעשטעלט דורך קהל אלעסק לכבוד שמחת בית אלעסק – סאטמאר

דינסטאג פ' וארא • כ"ד טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: הילל ל"ש א הערליכע מסיבת שבע ברכות איז אפגעהאלטן געווארן דעם מוצאי שבת דורך קהל אלעסק אין בארא פארק לכבוד די שמחה במעונו פון כ"ק אדמו"ר מאלעסק שליט"א צוגעשטעלט דורך די חסידים ומתפללי הביהמ"ד לרגל די חתונה פון בנו החתן למזל טוב, עב"ג די כלה אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א. א רייכע סעודת מלוה מלכה איז סערווירט געווען, און נאכן זינגען די זמירות למוצש״ק און אנדערע פרקי שירה וזמרה, האט מען מיתהאלטן דעם שיינעם סדר היום, ווען…

Read more

שובו בנים שובבים: האד' מבאבוב 45 פאררופט אסיפת התעוררות פאר עדת חסידי באבוב 45 לרגל ימי השובבים

דינסטאג פ' וארא • כ"ד טבת | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אחים לאנטשעווסקי אלפי חסידי באבוב 45 האבן זיך דעם זונטאג פארזאמעלט אינעם גרויסן ביהמ"ד החדש באבוב 45 אין בארא פארק, אויף אן ערשטמאליגן אסיפה נחוצה פאררופן דורכן מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א לרגל די ימי השובבים. ביים אסיפה האט מען זוכה געווען צו הערן דברי אלוקים חיים פונעם רבי'ן שליט"א וואס האט איבערגעגעבן פלאמפייערדיגע דברי ם חוצבים און מעורר געווען דעם ציבור לתשובה ותיקון המעשים. דער רבי האט אנגעהויבן איבער די גרויסקייט פון…

Read more

מאנסי: סעודת הילולא פון הגה"ק בעל שיח חיים מקאשוי זצ"ל בשילוב מיט יערליכן דינער לטובת מוסד "בית חינוך הישן"

מאנטאג פ' וארא • כ"ג טבת | בחצרות הקודש פארגאנגענעם שב"ק ויגש ז' טבת האבן תלמידי וחסידי קאשוי אפגעהאלטן די 7'טע יומא דהילולא קדישא פון הגה"ק בעל שיח חיים מקאשוי זצ"ל. אין די טעג ארום די יארצייט זענען הונדערטער אידן געקומען פוקד זיין דעם ציון הק' אין אהל אדמור"י קאשוי אויפן בית החיים אין קרית קאשוי בעדפארד הילס נוא יארק יע"א, ווי אידישע קינדער האבן זיך אויסגעגאסן דאס הארץ אויסבעטענדיג רפואות און ישועות למען הכלל והפרט אין זכות פונעם גרויסן צדיק. באסעס זענען געפארן פון אלע געגענטער צו ברענגען…

Read more