בקשו רחמים

האד' מוויזניץ קייאמישע וועט אריבערגיין פאראויס געפלאנטע אפעראציע אין מאנהעטן

דאנערשטאג פ' שמות • י"ט טבת | בחצרות הקודש היינט צופרי איז כ"ק אדמו"ר מוויזניץ קייאמישע שליט"א אריינגעפארן צו די מאונט סיני שפיטאל אין מאנהעטן וואו דער רבי שליט"א איז ערווארטעט דורכצוגיין א פאראויס געפלאנטע אפעראציע, צוליב א בראך פון וואס דער רבי האט געליטן א תקופה צוריק און דארף באהאנדלט ווערן. די רבי שליט"א איז שוין נעכטן אנגעקומען קיין מאנסי, צום אכסניא בבית הנגיד החסיד ר' יעקב אהרן ווערצבערגער הי"ו משב"ק הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזניץ זי"ע וואו עס איז געווען זמני כניסה פאר די חסידים תושבי…

Read more

אפדעיט: אפעראציע ביי האד' מספינקא באקרוינט מיט הצלחה; כלל ישראל ווייטער מתפלל לרפואתו

מאנטאג פ' ויחי • ט' טבת | בחצרות הקודש יעצט נאכמיטאג אין אמעריקא האבן ספינקא חסידים אויפגענומען די גוטע נייעס, אז די אפעראציע וואס כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א איז אריבער אין שפיטאל, איז ב"ה באקרוינט געווארן מיט הצלחה. ווי ברייט באריכטעט איז דער רבי היינט פארמיטאג אריבער א אפעראציע אין די קארנעל שפיטאל אין מאנהעטן, נאך וואס דער רבי איז די לעצטע תקופה נישט בקו הבריאות ליידנדיג אויף פארשידענע מיחושים ל"ע. די רבי שליט"א איז שוין באפרייט געווארן פון שפיטאל, און וועט אין די קומענדיגע טעג זיך ווייטער…

Read more

לקיים בנו חכמי ישראל: האד' מאוסטראוו קאלושין אפגעפירט געווארן אין שפיטאל מיט שווערע לונגען אנטצינדונג

מאנטאג פ' ויחי • ט' טבת | בחצרות הקודש לקיים בנו חכמי ישראל: דער ציבור ווערט גערופן צו מתפלל זיין לרפאותו השלימה פון כ"ק האדמו"ר מאוסטראוו קאלושין שליט"א פון סידערהוירסט וועלכער איז נעכטן אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל און איז אנגעוויזן אויף תפילות ישראל. דער רבי שליט"א האט געליטן פון א נעמאניע און בנוסף האט זיך די רבי היינט געמוטשעט מיטן אטעם, דעריבער האבן די דאקטוירים געראטן צו נעמען דעם רבי'ן אין שפיטאל אויף באהאנדלונגען, און אידישע קינדער זענען מתפלל פאר מרן דוד בן באשא לרפואה שלימה…

Read more

בקשו רחמים: האד' מספינקא וועט אריבערגיין אפעראציע מארגן מאנטאג אין מאנהעטן

זונטאג פ' ויחי • ח' טבת | בחצרות הקודש חסידי ספינקא זענען איינגעהילט אין אן ערנסטן שטימונג, ווען עס איז געמאלדן געווארן מטעם בית כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א אז דער רבי שליט"א איז ערווארטעט דורכצוגיין אן אפעראציע מארגן מאנטאג פארמיטאג. דאס קומט נאכדעם וואס דער רבי ליידט די לעצטע תקופה אויף פארישידענע מיחושים און קאמפליקאציעס, און נאכדעם וואס די דאקטוירים האבן בודק געווען און דורכגעפירט אלע נויטיגע אונטערזוכונגען, האבן זיי באשטעטיגט אז דורכ'ן דורכפירן א געוויסע פראצעדור, וועט מען קענען גרינגער…

Read more

לקיים בנו חכמי ישראל: הגאון ר' דוד שמידל שליט"א יו"ר אגודת אתרא קדישא אנגעוויזן אויף רחמי שמים מרובים

זונטאג פ' ויגש • א' טבת – ז' ד'חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש תורה הקדושה התחנני בבקשה: אידן איבער די וועלט זענען מתפלל לרפואתו השלימה פון הגאון המפורסם רבי דוד שמידל שליט"א יושב ראש אגודת אתרא קדישא און ראש כולל ישיבת טבריא אין קוממיות, פון די לעצט פארבליבענע תלמידים פון מרן החזון איש זצוק"ל,  וועלכער געפונט זיך ליידער אין א שווערע צושטאנד און איז אנגעוויזן אויף גרויס רחמי שמים. אין מערערע היכלי התורה און מוסדות החינוך פונעם ישוב הישן קומען פאר עצרות תפילה למען רפואתו השלימה, אין ירושלים נעמט…

Read more

השתדלו והרבו תחינה: האד' מביקסאד אראפגעקלאפט דורך א קאר אין וויליאמסבורג

זונטאג פ' תולדות • כ"ה חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש דער ציבור ווערט גערופן צו מתפלל זיין לרפאותו השלימה פון כ"ק אדמו"ר מביקסאד שליט"א מחשובי האדמור"ים אין וויליאמסבורג, חתנא דבי נשיאה פון הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזניץ זצ"ל, וועלכער איז נעכטן מוצאי שבת אראפגעקלאפט געווארן דורך א קאר און איז אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל אין אן ערנסטע געזונט צושטאנד. די רבי שליט"א איז געווען אויפן וועג אהיים נאך מעריב מוצאי שבת ווען ער איז אראפגעקלאפט געווארן דורך א שנעל פארבייפארנדע קאר. די רבי האט פארלוירן דאס…

Read more

השתדלו והרבו תחינה: האד' מקרעטשניף וועט מארגן זונטאג אדורכצוגיין אפעראציע אין שפיטאל

מוצאי שב"ק פ' חיי שרה • כ"ג חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש כלל ישראל טוט מתפלל זיין לרפואת אחד מחשובי האדמור"ים, כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף שליט"א, וועלכער איז ערווארטעט מארגן אדורכצוגיין א אפעראציע, און איז אנגעוויזן אויף רחמי שמים. היינט מוצאי שבת איז דער רבי אריינגעפארן צו די תל השומר שפיטאל נעבן תל אביב וואו מען וועט מארגן דורכפירן די אפעראציע וואס איז באשטימט אויף די פארמיטאג שעות, מיטן האפענונג צו היילן פארשידענע מיחושים וואס פלאגט דעם רבי'ן ל"ע די לעצטע תקופה. חסידי קרעטשניף וועלן זיך מארגן…

Read more

האד' מוויזניץ בית שמש היינט אריבער א לייכטע אפעראציע מיט הצלחה ב"ה

מיטוואך פ' חי שרה • כ"א חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש היינט נאכמיטאג אין ארץ ישראל איז כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בית שמש שליט"א אריבער א לייכטע און פאראויס געפלאנטער אפעראציע צוליב א בראך פון וואס די רבי האט געליטן די לעצטע תקופה. די אפעראציע איז דורכגעפירט געווארן דורך הויכראנגיגע פראפעסארן אין די אסותא שפיטאל אין תל אביב, און בחסדי שמים הערט מען ב"ה אז אלעס איז אריבער מיט הצלחה. די רבי וועט פארבלייבן אין שפיטאל איבערנאכט, אונטער די אופזיכט פון די דאקטוירים, און מארגן דאנערשטאג וועט די רבי בעז"ה…

Read more

תפילת רבים: מעמד עצרת תפלה והתעוררות לרפאות כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א

מאנטאג פ' חי שרה • י"ט חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער הונדערטער חסידי תולדות אברהם יצחק זקנים עם נערים פון איבער גאנץ ארץ ישראל האבן זיך פאריגע וואך פארזאמלט אויף א גרויסע עצרת תפילה והתעוררות אין ביהמ"ד הגדול תולדות אברהם יצחק אין די מאה שערים געגנט אין ירושלים, איינצורייסן ביים נורא עלילה און מעורר זיין רחמי שמים מרובים פארן ספר תורה השרוי בצער, רבם ומאורם, כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, מרן שמואל יעקב בן יענטא לרפואה שלימה. די גרויסע עצרת איז געווען אין שפיץ…

Read more

ברוך הטוב והמטיב: האד' מתולדות אברהם יצחק באפרייט פון שפיטאל לביתו נאוה קודש

מיטוואך פ' וירא • י"ד חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש על בשורות הטובות אומר ברוך הטוב והמטיב: בשעת כלל ישראל איז מפציר בתפלה ותחנונים לרפואתו המהירה פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, ווערט מיט צופרידנהייט אויפגענומען די גינסטיגע אנטוויקלונג, אז דער רבי שליט"א איז בחסדי שמים שוין אויפן וועג אהיים פון שפיטאל. דאס התרגשות ביי די חסידים איז גרויס ווען מען האט בייגעוואוינט ניסים גלויים, למעלה מדרך הטבע וואס אפילו די דאקטוירים טוהן באוואונדערן מיט התפעלות. טראץ וואס דעם רבינס מצב האט אויסגעזעהן…

Read more