ביקורי קודש

הונדערטער תשובי בארא פארק מיטגעהאלטן שבת מרומם בצל המשפיע הגה"צ רבי נחמן בידערמאן שליט"א מלעלוב

דינסטאג פ' ויצא • ה' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש די געשפרעך פונעם טאג אין בארא פארק איז נאך אלס, איבער די גאר געהויבענער שבת וואס איז אנגעפירט געווארן דורכ'ן ממלל רברבן הגה"צ רבי נחמן בידערמאן שליט"א מלעלוב וועלכער איז געקומען צו פארן משפיע צו זיין מהודו אויף די גאנצע שטאט. די קלימאקס פונעם שבת איז געווען, ביי שלש סעודות וואס דער משפיע האט אפגעראכטן, אין די גרויסע זאלן פון וואו עס האבן זיך באטייליגט שווערע הונדערטער אידן בליעה"ר, עד אפס מקום שוין נאכן צולייגן מערערע זיץ פלעצער. דער חשובער משפיע…

Read more

מעמד נרגש אין שפיץ פון האד' מסאטמאר ביים ‘הר הצופים’ קעגנאיבער מקום בית מקדשינו

דינסטאג פ' ויצא • ה' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש פאריגן מיטוואך אין א פריע שעה, נאך די מקווה, איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט״א ארויסגעפארן צוזאמען מיט הונדערטער חסידים צום ‘הר הצופים’, פון וואו מען קען איבערקוקן דעם מקום המקדש, וואו עס איז אפגעהאלטן געווארן א מעמד נרגש והתעוררות. ביים זעהן דעם מקום המקדש האט די רבי קריעה געריסן און דערביי פארגאסן טייכן טרערן מיט יאמערליכע בכיות אויפן גלות השכינה, דערנאך האט מען געזינגען ניגוני גאולה מיט טיפע געגועים צום בנין בית המקדש. פון דארט איז דער רבי…

Read more

ריזן כינוס "כולנו שותפים" נעמט צונויף חבריא קדישא נחלת יעקב אין ניו יארק אין גיגאנטישן וועסטשעסטער קאונטי סענטער

דינסטאג פ' ויצא • ה' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN הונדערטער תלמידים ומעריצים וואס זענען אנגעשלאסן אין די חבורה הקדושה נחלת יעקב אין אמעריקא האבן געהאט די זכי' עילאה מיטצוהאלטן דער כינוס אדיר און מעמד 'כולנו שותפים' וואו מען האט דערביי מקבל געווען פני כבודו פון המשפיע המפורסם, מלהיב לבבות בני ישראל  הגה"צ רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט"א, ראש חבורת ״נחלת יעקב״ אין ירושלים עיה"ק וועלכע איז געקומען צו פארן ממעון קדשו בהר ה' צו באשיינען די מעמד לטובת מוסדותיו הקדושים נחלת יעקב, וואו…

Read more

קרית צאנז: האד' מצאנז איז מבקר חולה ביי האד' מוויזניץ בית שמש נאך אפעראציע

דינסטאג פ' ויצא • ה' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש פארלאפענעם וואך האט כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א אפגעשטאט א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בית שמש שליט"א אין זיין אכסניא נעבן קרית צאנז, וואו די וויזניצער רבי האט געוויילט אויף מנוחת הנפש נאך א לייכטע מעדיצינישע פראצעדור וואס די רבי איז אריבער די פארגאנגענע וואך. די רבי שליט"א האט דורש געווען בשלומו הטוב, און ארומגעשמועסט בנועם שיח איבער עניני רפואה און סיפורי צדיקים. נאכן באזוך האט די צאנזער רבי שליט"א געוואונטשן א רפואה שלימה און די וויזניצער רבי…

Read more

לאו בכל יומא מיתרחיש: האד' מסאטמאר איז מקיים מצוה נדירה פון הפרשת תרומות ומעשרות אין שטעטל אור הגנוז

מאנטאג פ' ויצא • ד' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש א זעלטענע און התרגשות'דיגער מעמד איז געווען נעכטן זונטאג, ביים געהויבענעם מסע הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין ארצינו הקדושה. נעכטן זונטאג אין די פארמיטאג שעות ווען די רבי שליט"א איז געווען אין אתרא קדישא מירון נאך די געהויבענע היסטארישע "שבת תולדות" במעמד אלפי חסידיו פון איבעראל, איז דער רבי שליט"א געלאדענט געווארן צו א מעמד "תרומות ומעשרות" ביי די בארימטע גרויסע וויין פירמע "אור הגנוז" וואס געפינט זיך טאקע אינעם דערפל "אור הגנוז" הארט…

Read more

מאסן תושבי בארא פארק מיטגעהאלטן שבת מרומם בצל כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א נאך גאנצע צוואנציג יאר

מאנטאג פ' ויצא • ד' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN חסידים ואנשי מעשה תושבי עיר ואם בישראל בארא פארק האבן מיטגעלעבט א געהויבענעם שבת בצילו פונעם אורח הדגול פון ארץ הקודש האי גאון וצדיק כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א וועלכער איז געקומען צופליען קיין ניו יארק אויף א באזוך לטובת מוסדותיו און האט דערביי אויסגענוצט די געלעגנהייט צו פראווענען א שבת אין שטאט בארא פארק נאך א צייט אפשניט פון איבער צוואנציג יאהר וואס די רבי האט נישט געפראוועט א שבת אין שטאט, זייענדיג א געלעגנהייט פאר חסידים און…

Read more

האד' מסאדיגורא ירושלים באזוכט בבתי אדמור"ים וגדולי ישראל צום בעפארשטייענדע חתונה במעונו

מאנטאג פ' ויצא • ד' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש אין די יעצטיגער טעג האט כ"ק האדמו"ר מסאדיגורה ירושלים שליט"א באזוכט בבתי האדמור"ים לענגאויס ארץ ישראל איינצולאדענען צו די חתונה פון בתו הכלה וואס קומט פאר די וואך מיטוואך אין ירושלים עיה"ק, אינצווישן אנדערע האט די רבי באזוכט ביי מרן האדמו"ר מוויזניץ שליט"א אין מושב אורה, און ביי האדמו"רים מבעלזא, ראחמיסטריווקא, קארלין סטאלין, סלונים, מאחנובקא בעלזא, בוהוש, ביאלא, פינסק קארלין, מודזיץ, קרעטשניף ירושלים, נדבורנא ירושלים, סקולען ירושלים, וואסלוי,…

Read more

הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א באזוכט ביים פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א אין ירושלים

זונטאג פ' ויצא • ג' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: יחיאל רייכמאן די וואך האט הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א אפגעשטאט א באזוך אין ירושלים במעונו פונעם פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, זייענדיג צוגאסט אין ארץ ישראל לכבוד די מסע המרומם פון האדמו"ר מסאטמאר. הרה"צ רבי יעקב מאיר שליט"א האט אויפגענומען דעם חשובן דאסט מיט גרויס שמחה און עס איז געשאפן געווארן א שיינעם שמועס בדברי תורה ועניני דיומא, נאכן באזוך האבן זיך די צוויי מאורות הגדולים געזעגענט בברכות לרוב.

Read more