ביקורי קודש

בזמן שהצדיק בעיר: האד' מקארלין סטאלין וועט אנקומען אויף קורצן באזוך קיין ניו יארק

מוצאי שב"ק פ' תולדות • ב' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש חסידי קארלין סטאלין אין אמעריקא זענען מלאים התרגשות זיך גרייטנדיג לקבל פני הקודש פון כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א וועלכער איז ערווארטעט די וואך אויף א קורצן באזוך אין ניו יארק, לחזק עדת צאן מרעיתו מעבר לים. די רבי שליט"א וועט אנקומען צוגאסט קיין ניו יארק דעם דינסטאג ויצא פארמיטאג און וועט זיך אויפהאלטן אין בארא פארק די נאכפאלגנדע צוויי טעג. דורכאויס דעם קורצן באזוך וועט די רבי מתפלל זיין על קברו פון זיין פאטער הרה"ח המפואר ר' עזרא יעקב…

Read more

מעמד יציקת היסודות בראשות האד' מסאטמאר אין היימישן קימפעטארין היים אין טעלזסטאון

דאנערשטאג פ' תולדות • כ"ט חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר נעכטן מיטוואך אויפדענאכט נאכן באזוך פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין שטאט בית שמש, האט די רבי שליט"א אפגעשטאט אין טעלזסטאון, אונטערוועגנס צוריק קיין ירושלים, וואו עס איז פארגעקומען דער מעמד יציקת היסודות פאר א נייע פליגל פונעם היימישן קימפעטארין היים "בית החלמה ליולדות“, וועלכער ווערט מאסיוו פארברייטערט צו קענען נאכקומען די נאכאנאנדע וואוקס פונעם היימישן ציבור. ביים אנקומען האבן אפגעווארט דעם רבי'ן, הרב גבריאל…

Read more

פילע לומדים ותלמידי חכמים מיטגעהאלטן באזוך און שיעור פלפול פון האד' מסאטמאר בתוככי "כולל שומרי החומות"

דאנערשטאג פ' תולדות • כ"ט חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך דעם דינסטאג תולדות נאכמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד צעהלים בבנין ביהמ"ד כתב סופר אין די אונגארישע הייזער אין ירושלים, וואו דער רבי שליט"א האט משמיע געווען מאמרותיו בדברי פלפול בסוגיות הש"ס, מתובל מיט דברי חיזוק והדרכה פאר די לומדים פון אומעטום. צוזאמען מיטן רבי'ן שליט"א זענען מיטגעקומען א גרויסער צאל אורחים חשובים, תומכים ומחזיקים פון די הייליגע צדקה, ובפרט די חשוב'ע עסקנים וגבאי קודש וואס…

Read more

קרתא דשופריא: האד' מדזיקוב וויזניץ בארא פארק צוגאסט אויף שבת אין עיה"ק ירושלים

דאנערשטאג פ' תולדות • כ"ט חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN די וואך שבת פ' חיי שרה איז כ"ק אדמו"ר מדזיקוב וויזניץ בארא פארק שליט"א געווען צוגאסט אויף שבת אין ירושלים, און אפגעראכטן די תפילות און טישן אין ביהמ"ד הגדול קהל תורת חיים וויזניץ אויף רחוב אדוניהו, וואו א גרויסן ציבור תושבי ירושלים האט מיטגעהאלטן דעם סידורו של שבת בצל קדשו.

Read more

התרגשותדיגע באזוך פון הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א במעונו פון פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך שליט"א

דאנערשטאג פ' תולדות • כ"ט חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש א התרגשותדיגע באזוך איז נעכטן פארגעקומען במעון תורתו פונעם פוסק הדור הגאון האדיר רבי רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות ווען עס איז אריבערגעקומען אויף א וויזיט דער חשובע גאסט פון אמעריקא הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א וועלכער איז אנגעקומען צוגאסט קיין ארץ ישראל מיטצוהאלטן דער מסע הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א און דער שבת מרומם אין אתרא קדישא מירון. דער דיין שליט"א איז אנגעקומען בעת דעם וועכענטליכן שיעור וואס דער פוסק הדור…

Read more

האד' מסלאנים באזוכט ביי הגאון ר' משה צדקה שליט"א; הייבט אויס שארפע שטעלונג פון חכמי הספרדים מיטן גזירת גיוס

דאנערשטאג פ' תולדות • כ"ט חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש כ"ק אדמו"ר מסלאנים שליט"א איז נעכטן אנגעקומען קיין ירושלים וואו די רבי האט באזוכט ביי הגאון הגדול רבי משה צדקה שליט"א מגדולי מנהיגי יהדות ספרד אלס השלמה נאך די שבעה פון זיינס א ברודער. אינעם שמועס האט די רבי שליט"א גאר שטארק משבח געווען דעם גאון איבער זיין שארפע שטעלונג מיטן גזירת גיוס בני הישיבות וואו ער האט זיך שוין עטליכע מאל אינעם עבר ארויסשטעלט בתוקף ועוז לקדש שם שמים, און משמיע געווען דעם אמת לעיני כל, בלי פחד ומורא. איבער דעם ענין האט…

Read more

ובאו לציון ברנה: אלפי תושבי ירושלים מקבל פנים געווען האד' מסאטמאר ביי מעמד קבלת פנים רבתי בחוצות העיר

מיטוואך פ' תולדות • כ"ח חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם מאנטאג אוונט איז פארגעקומען די גרויסארטיגער מעמד "קבלת פנים" לכבודו הרם פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א. די מעמד איז אפגעהאלטן געווארן אינעם גרויסן שאטער אויף רחוב דורש טוב אין ירושלים עיה"ק, דער שאטער איז געווען איבערגעפילט פון ברעג צו ברעג מיט שווערע הונדערטער סאטמארער חסידים און טויזענטער אידן פון איבער גאנץ ירושלים, וועלכע האבן מקבל פנים געווען דעם רבי'ן מיט טענץ און גאזאנג. די מעמד איז געווען בשילוב מיטן  סיום כתיבות ספר תורה פארן ספר…

Read more