ביקורי קודש

ובאו לציון ברנה: אלפי תושבי ירושלים מקבל פנים געווען האד' מסאטמאר ביי מעמד קבלת פנים רבתי בחוצות העיר

מיטוואך פ' תולדות • כ"ח חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם מאנטאג אוונט איז פארגעקומען די גרויסארטיגער מעמד "קבלת פנים" לכבודו הרם פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א. די מעמד איז אפגעהאלטן געווארן אינעם גרויסן שאטער אויף רחוב דורש טוב אין ירושלים עיה"ק, דער שאטער איז געווען איבערגעפילט פון ברעג צו ברעג מיט שווערע הונדערטער סאטמארער חסידים און טויזענטער אידן פון איבער גאנץ ירושלים, וועלכע האבן מקבל פנים געווען דעם רבי'ן מיט טענץ און גאזאנג. די מעמד איז געווען בשילוב מיטן  סיום כתיבות ספר תורה פארן ספר…

Read more

בכבוד'יגע אויפנאמע ומסיבת קבלת פנים לכבודו פון האד' מסאטמאר במעונו פונעם פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך

מיטוואך פ' תולדות • כ"ח חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם מאנטאג נאכמיטאג תיכף ווען כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א איז אנגעקומען אין ירושלים עיה"ק, איז ער צוגעפארן למעונו הקודש פון ידידו וריעו מאז ומקדם מרן פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות, וועלכער האט אויפגענומען דעם רבי'ן בכבוד הראוי, אין א זעלטענע ערשיינוג האט זיך דער גאון שליט"א אנגעטון דעם הוט לכבודו פונעם חשובן גאסט. דער רבי האט זיך באגריסט מיט'ן גאון מיט א שטארקע התרגשות און דורש געווען בשלומו. באלד ביים אנהייב…

Read more

האד' מסאטמאר איז משבח האד' מגור איבער שארפע שטעלונג קעגן "גזירת הגיוס"

דינסטאג פ' תולדות • כ"ז חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש נעכטן נאכמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך למעונו הקודש פון כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א, ווי עס איז פארצויגן געווארן א הערליכע שמועס, צווישן אנדערע האט דער סאטמארער רבי שליט"א ארויסגעברענגט זיין באגייסטערונג פארן גורער רבי איבער דער ארגאניזאציע "הבן יקיר" דחסידי גור, וועלכע העלפן ארויס יתומים ויתומות ל"ע, נאכדעם וואס דעם גערער רבינס זוהן הרה"צ רבי שלמה צבי אלתר שליט"א נשיא הארגון האט נישט לאנג צוריק באזוכט ביים רבי'ן אין…

Read more

ויחן את פני העיר: היסטארישער מסיבת קבלת פנים אפגעהאלטן לכבודו פון האד' מסאטמאר אין לשכת הביד"ץ העדה החרדית

דינסטאג פ' תולדות • כ"ז חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש א היסטארישע מעמד קבלת פנים איז נעכטן אפגעהאלטן געווארן לכבודו הרם פונעם חשובן גאסט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, אינעם לשכת הביד"ץ העדה החרדית ביים מקום מושב בית דין, ביי וועלכן עס האבן מפאר כבוד געווען די שרי התורה הגאונים הגדולים חברי הביד"ץ שליט"א און די חברי וועד הפועל פון די עדה החרדית. דער ספרא דדיינא הר"ר יצחק שלמה בלוי הי"ו האט מקבל פנים געווען דעם רבי'ן שליט"א אין נאמען פון די שרי התורה חברי הבית דין צדק, דערנאך האט מען געהאט די זכי' צו…

Read more

שפאנונג ביי תלמידי וחסידי קאשוי צום ערשטמאליגן שבת בצל הקודש פון האד' מקאשוי אין שטאט קרית יואל יצ"ו

דינסטאג פ' תולדות • כ"ז חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט התלהבות און פרייד גרייטן זיך תושבי קרית יואל צום ערשטמאליגן "קאשוי שבת" אין שטאט קרית יואל, וואס וועט געפראוועט ווערן בראשות כ"ק אדמו"ר מקאשוי שליט"א, וועלכע וועט באשיינען דעם שבת מיט די געהויבענע תפילות ועריכת השולחנות, אויף א גייסטרייכן פארנעם, ווען הונדערטער תושבי קרית יואל, תלמידי וחסידי קאשוי, ובמיוחד די אברכים תלמידי יוצאי הישיבה, וועלן האבן די געלעגנהייט זיך מסתופף צו זיין בצל הקודש, און זיך אנשעפן פונעם באר מים חיים, מיט חיזוק…

Read more

האד' מסטאניסלאוו אויף א מעמד תפילת רבים ביים כותל המערבי נאך געהויבענעם שבת אין ירושלים

דינסטאג פ' תולדות • כ"ז חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער, JDN דעם מוצאי שבת נאכן געהויבענעם שבת וואס כ"ק אדמו"ר מסטאניסלאוו שליט"א האט געפראוועט אין עיה"ק ירושלים איז דער רבי אנגעקומען אויף א מעמד תפילת רבים ביים שריד בית מקדשינו די כותל המערבי וואו מען האט געזאגט ספר ראשון שבתהילים און נאך פרקי תהילים מיט תחינות ובקשות אויפן בנין בית המקדש. ביים פארלאזן דעם כותל האט די רבי באגעגענט המשפיע הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב.

Read more

כִּי הִנֵּה הַמְּלָכִים נוֹעֲדוּ: ביקור נימוסין פון האד' מסאטמאר ביי גיסו האד' מבעלזא

מאנטאג פ' תולדות • כ"ו חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש היינט אויפדערנאכט נאכן גרויסן מעמד קבלת פנים אין ירושלים האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אפגעראכטן א ביקור נימוסין ביי גיסו כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א נאך גאנצע צען יאר זינט די פריערדיגע מאל וואס די צוויי שוואגערס האדמור"ים שליט"א האבן זיך געטראפן בעת דעם סאטמארער רבינס באזוך אין ארץ ישראל בשנת תשע"ו. דער באזוך איז פארגעקומען אינעם בית תפילה בביתו נאווה קודש פונעם בעלזער רב שליט"א, וואס איז געווען אויסגעשטעלט אויף א גרעסערן פארנעם לכבוד דעם אורח…

Read more

עינו ולבו שם כל הימים: האד' מלעלוב איז מתפלל ביי די מקומות הקדושים אין ירושלים

מאנטאג פ' תולדות • כ"ו חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער,JDN כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א פון אמעריקא איז נעכטן זונטאג אויפדערנאכט אנגעקומען קיין עיה"ק ירושלים וואו די רבי איז ארומגעפארן צווישן די מקומות הקדושים מתפלל צו זיין לישועתן של ישראל. צום ערשט איז די רבי אנגעקומען צום שריד בית מקדשינו דער כותל המערבי וואו די רבי איז צום ערשט צוגעגאנגען צום כותל גופא און מתפלל געווען א תפילה חרישית בדביקות עילאה, דערנאך איז די רבי אריין אינעם בית מדרש ביים כותל, זיך אראפגעזעצט און…

Read more