ביקורי קודש

שיינעם באזוך פון האד' מסקולען מאנסי אין גאנץ יאריגע תלמוד תורה אין מאנטיסעלא

מאנטאג פ' תולדות • כ"ו חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN מיט א התרגשות דקדושה האבן די קינדער פון די גאנץ יאריגע ת"ת אין מאנטיסעלא געהאט די זכיה פאריגע וואך צו מקבל פנים זיין כ"ק אדמו"ר מסקולען מאנסי שליט"א, וואס האלט זיך די טעג אויף למנוחת הנפש אין די שכינות'דיגע סוואן לעיק געגענט און האט אויפן איינלאדענונג פון די הנהלת התלמוד תורה, באזוכט בין כותלי המוסד און משפיע געווען מאורו הבהיר פאר די טייערע צאן קדשים. א שיינעם מעמד קבלת פנים איז אפםגעהאלטן געווארן לכבודו פון רבי'ן דורך די…

Read more

האד' מסאדיגורא ירושלים אויף א נסיעה צו די מקומות הקדושים אין גליל לקראת די חתונה פון בתו הכלה די וואך

זונטאג פ' תולדות • כ"ה חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש די וואך האט זיך כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא ירושלים שליט"א ארויסגעלאזט אויף א נסיעה בראש קהל חסידיו צו די מקומות הקדושים אין גליל, לקראת די שמחת החתונה פון בתו הכלה וואס קומט פאר די וואך מיטוואך הבעל"ט אין ירושלים. אינצווישן אנדערע האט די רבי שליט"א מתפלל געווען ביי די ציונים הק' פון די תלמידי הבעל שם טוב אויפן בית החיים העתיק אין טבריה, און ביים ציון הק' פון הרה"ק רבי ישראל מהוסיאטין זי"ע וואס ליגט אויך באהאלטן אויפן אלטן בית החיים אין טבריה. שפון…

Read more

יהדות צרפת מיטגעלעבט ימי אורה ביים קורצן ביקר חיזוק פון הגאון הגדול ר' משה הלל הירש ראש ישיבת סלאבאדקע

זונטאג פ' תולדות • כ"ה חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש די היימישע אידנטום אין פראנקרייך האט מיטגעלעבט ימי אורה וחיזוק, בצילו פון מרן ראש הישיבה הגאון הגדול רבי משה הלל הירש שליט"א ממנהיגי עולם התורה, וועלכער איז געקומען צו פארן אויף א דריי טאג'יגע "מסע חיזוק" און אריינגעבלאזן א גייסט פון התחזקות און התחדשות אין די ארטיגע קהילות הקודש. דער ראש הישיבה איז אנטפאנגען געווארן בכבוד הראוי אין די מוסדות התורה והחינוך מיט פאסיגע מעמדי קבלת פנים, אין אלע בתי חינוך ווי דער ראש הישיבה האט באזוכט, איז…

Read more

המשפיע הגה"צ ר' צבי מאיר זילבערבערג שליט"א ארויסגעפארן קיין ניו יארק מיט אויסטערלישע זהירות אין שמירת עינים

זונטאג פ' תולדות • כ"ה חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש די נאכט מוצאי שבת לאחר חצות הלילה איז המשפיע המפורסם הגה"צ רבי צבי מאיר זילבערבעג שליט"א ראש חבורת נחלת יעקב ארויסגעפארן אויף א קורצע צוויי טאג'יגע בליץ באזוך קיין ניו יארק, געווידמעט לטובת מוסדותיו הקדושים בעיר השם שמה. הגה"צ ר' צבי מאיר שליט"א וואס איז כידוע גאר שטארק נזהר בעניני קדושה, האט א גאנצן צייט זייענדיג אין לופטפעלד, און אויפן פליגער, זיך אפגעהיטן די אויגן מיט שמירת עינים אויף א אויסטערלישן פארנעם לכל אורך הדרך. אנקומענדיג אין…

Read more

ביהמ"ד הגדול וויזניץ אין מאנסי וועט דינען אלס אכסניא של שמחה צום גרויסן וויזניצער חתונה אין שטאט מאנסי

דאנערשטאג פ' חי שרה • כ"ב חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש עס איז נארוואס באשטעטיגט געווארן אז די חתונה הגדולה פון אן אייניקל ביי מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, די כלה תחי' א טאכטער פונעם רבינס איידעם הגה"צ רבי נפתלי צבי טייטלבוים שליט"א, וועט פארקומען אויף א גרויסארטיגן פארנעם אינעם ביהמ"ד הגדול לבוש מרדכי וויזניץ אין מאנסי. די חתונה וואס איז באשטימט אויף מיטוואך ויצא, צוויי טעג נאכן חתונה הגדולה בחצרות סקווירא – וויזניץ, האט ארגינעל געלאזט פארקומען אין איינע פון די זאלן לאקאל אין מאנסי, אבער אצינד…

Read more

הונדערטער חסידים ואנשי מעשה לעבן מיט דערהויבענע "שבת המרומם" אין "המספיק רעזארט" מיט האד' מקהל חסידי ירושלים

דאנערשטאג פ' חי שרה • כ"ב חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: ד.ה. כרם,JDN א זעלטן דערהויבענער "שבת המרומם" איז געפראוועט געווארן אינעם פרעכטיגן "המספיק רעזארט" האטעל אין אפסטעיט ניו יארק, וואו הונדערטער אידן חסידים ואנשי מעשה האבן אינאיינעם מיטגעלעבט א גאר ערהאבענעם שבת, בראשות פון דעם גרויסן גאסט פון ארץ הקודש, כ"ק אדמו"ר מקהל חסידי ירושלים שליט"א, וועלכער געפינט זיך צוגאסט אין אמעריקע אויפצוטרייבן גרויסע סכומים לטובת די הייליגע כולל אימפעריע בנשיאותו אין ארצינו הקדושה. דער רבי שליט"א…

Read more

האדמור"ים מבית יצחק ספינקא און ראחוב באזוכן ביי האד' מסאטמאר לכבוד השמחה במעונם

דאנערשטאג פ' חי שרה • כ"ב חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: י.שטיין פארלאפענעם וואך איידער דער שמחת הנישואין בחצרות בית יצחק ספינקא – ראחוב וואס איז פארגעקומען אין קרית יואל, זענען די געהויבענע זיידעס און מחותנים אריבערגעגאנגען אויף א ביקור נימוסין בבית כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, מקבל צו זיין מברכותיו לרגל דעם שמחת הנישואין און מכבד זיין דעם רבי'ן מיט סידור קידושין. עס האט זיך אנטוויקלט א שיינער שמועס בדברי תורה וחסידות ובעניני נישואין, און דער רבי שליט"א האט געוואונטשן פאר די מחותנים…

Read more

געהויבענער שבת אין לאנדאן מיט כ"ק אדמו"ר מפאלטישאן שליט"א

דאנערשטאג פ' חי שרה • כ"ב חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN אין עיר הבירה לאנדאן איז די וואך געווען צוגאסט כ"ק אדמו"ר מפאלטישאן שליט"א, על ישראל הדרתו אין בארא פארק. דער רבי שליט"א איז דאנערשטאג צופרי אנגעקומען אין שטאט, און איז אפגעווארט געווארן ביים היטרוי עירפארט, פון וואו מ'איז אריינגעפונען צו דער אכסניא בבית הנגיד ר' יחזקי' קריטצלער הי"ו, וואו אידן זענען באלד געקומען אפנעמען שלום, און אריינגעגאנגען ליהנות עצה ותושי'. דאנערשטאג אין אווענט האט דער רבי שליט"א אפגעשטאט א וויזיט…

Read more

האד' ממאחנובקא בעלזא וועט אפרעכטן ערשטמאליגער שבת מיט נגידים קעגן איבער דעם מקום המקדש

דינסטאג פ' חי שרה • כ' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש אויך בחצר הקודש מאחנובקא בעלזא גרייטן זיך די נגידי החסידות מיטצוהאלטן אן ערשטמאליגער שבת מיטן רבי'ן אין אלטשטאט ירושלים, בעיר עתיקא קדישא, ביים שריד בית מקדשינו דער כותל המערבי. דער חיבה יתירה פונעם מאחנובקא בעלזער רבי'ן שליט"א צום מקום המקדש איז ידוע לכל, עס גייט כמעט נישט אריבער קיין וואך צוויי וואס דער רבי זאל נישט פארן צום כותל המערבי, און אין יעדן געלעגנהייט וואס די רבי געפונט זיך אין ירושלים, וועט ער זיך אריבערכאפן צום כותל המערבי און…

Read more