ביקורי קודש

ברוך הבא: האד' מטאהש אנגעקומען אויף קורצן באזוך אין ניו יארק

דאנערשטאג פ' וירא • ט"ו חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קעדיט: זאבי קליין,JDN דעם מאנטאג נאכמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א אנגעקומען אויף א קורצע באזוך אין ניו יארק צו באשיינען עטליכע מסיבות און מאורעות אינערהאלב מוסדות טאהש ניו יארק. פארנאכטס איז די רבי אנגעקומען אויף מנחה מעריב אין טאהשער ביהמ"ד אין בארא פארק. נאך מעריב האט דער רבי באזוכט אין די נייע לאקאציע פון תלמוד תורה עבודת משולם פייש טאהש אין שטאט, וואו דער רבי האט זיך אומגעקוקט מיט קענטיגע הנאה ווי שיין אלעס איז צוגעשטעלט על צד…

Read more

יהדות "ניו יארק" איז מקבל פנים האד' מקהל חסידי ירושלים; שבת התרוממות די וואך פ' וירא אינעם רייכן "המספיק רעזארט"

דאנערשטאג פ' וירא • ט"ו חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש יהדות ניו יארק לבשי בגדי תפארתך כי בא אורח: שטורמישע געפילן נעמט ארום דאס יהדות החרדות אין ניו יארק, האבנדיג די זכיה צו אנטפאנגען את פני הקודש פונעם גרויסן גאסט פון ארצינו הקדושה, כ"ק אדמו"ר מקהל חסידי ירושלים שליט"א מגדולי מנהיגי יהדות הצרופה בעיר השם שמה, וועלכער האט די וואך געגרייכט די ניו יארקער באדן אויף א געהויבענע נסיעה, אויפצוטרייבן גרויסע געלטער למען החזקת מוסדותיו הקדושים על טהרת הקודש אין ירושלים עיר הקודש און צו אויפטרייבן גרויסע…

Read more

רעים אהובים: שיינעם מסיבת לחיים במעונו פונעם פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך לכבוד השמחה במעונו פון האד' מבאיאן

דאנערשטאג פ' וירא • ט"ו חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: דוד ארזני א באשיידענע מסיבת לחיים איז דעם זונטאג אפגעהאלטן געווארן בביתו נאווה קודש פונעם פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות אין ירושלים, לכבוד די שמחה במעונו פון כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א, בנישואי נכדו החתן למזל טוב, וואו דער פוסק הדור שליט"א איז א פעטער ביי די שמחה, נאכדעם וואס די כלה איז אן אייניקל ביי אחיו הגה"צ רבי אליהו שטערנבוך זצ"ל ראב"ד אנטווערפען, א טאכטער ביי זיין איידעם הרה"ג ר'…

Read more

בליץ באזוך דורך הגה"צ אבד"ק קרית וויזניץ שליט"א אין לאנדאן מנחם אבל צו זיין ע"פ הרה"ג ר' שמעון הירשלער זצ"ל

דינסטאג פ' וירא • י"ג חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש נעכטן מאנטאג איז הגה"צ רבי חיים מאיר האגער אבד"ק קרית וויזניץ, בנו הגדול פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א אנגעקומען אויף א בליץ באזוך פון עטליכע שעה קיין לאנדאן, מנחם אבל צו זיין די קינדער פונעם מגיד מישרים הרה"ג ר' שמעון הירשלער זצ"ל א ידיד נאמן רבות בשנים פון להבדיל בין חיים לחיים דער וויזניצער רבי, אינצווישן זיי הנגיד החסיד ר' משה פסח הירשלער הי"ו מגדולי תומכי בית וויזניץ. נאכמיטאג איז דער רב שליט"א אנגעקומען צום בית האבלים וואו ער האט…

Read more

האד' מסערט וויזניץ געפראוועט געהויבענעם שבת אין בארא פארק בבית מדרשו פון חתנו האד' מקאסוב

מאנטאג פ' וירא • י"ב חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN א געהויבענע שבת קודש איז אפגעראכטן געווארן בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א אין שטאט בארא פארק, וואס האט געדינט אלס א שבת התאחדות פאר עדת חסידי סערט וויזניץ פון אמעריקא און קאנאדע, ווי הונדערטער געסט פון איבעראל זענען געקומען מיטהאלטן דעם געהויבענעם שבת. דער רבי שליט"א האט אפגעראכטן דעם גאנצן סידורו של שבת אינעם בית המדרש הגדול והחדש קאסוב אין בארא פארק, בנשיאות חתנו חביבו כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א, וואס האט בטוב…

Read more

תושבי ציריך -שווייץ געבן אפ פאסיגן כבוד התורה ביי מעמד אדיר "קבלת פני רבותינו" לכבודם פון גדולי וצדיקי הדור פון ארה"ק

מאנטאג פ' וירא • י"ב חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש יהדות שווייץ איז איינגעהילט אין א טיפע באגייסטערונג מיטלעבנדיג היסטארישע טעג במחיצתם פון מרנן ורבנן גדולי תורה וחסידות וואס האבן ווידער אמאל מכתת רגליהם געווען אויפצוטרייבן ריזיגע געלטער אפצוראטעווען די ישיבות וכוללים פון ארץ ישראל וואס שטייען אין א שרעקליכע סכנה פון צוזאמענבראך. נעכטן זונטאג נאכמיטאג האט די פריוואטער פליגער פון ארץ ישראל געלאנדעט אינעם לופטפעלד אין שטאט ציריך וואו א חשובע דעלעגאציע מראשי הקהילה האבן מקבל פנים געווען דעם משלחת…

Read more

האדמורי״ם מבאבוב־45 און ראחמיסטריווקא וועלן אינאיינאם אפרייזן קיין שיקאגא לרגל א משפחה שמחה

זונטאג פ' וירא • י"א חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם קומענדיגן דאנערשטאג וועלן די שוואגערס כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א און כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א אפרייזן אינאיינעם קיין שיקאגא וואו די צוויי חשובע שוואגערס האדמור"ים וועלן באשיינען די חתונה בבית גיסם הגה"צ רבי משה יוסף אונגער שליט"א אבד"ק ווייטצען שיקאגא, בן כ"ק אדמו"ר מדאמבראווא זצ"ל, בנישואי בתו למזל טוב, מיט די חתן א זוהן פון הגה"צ רבי יהושע אשר ווייסבלום שליט"א אבד"ק סערצין, די חתונה קומט פאר דעם דאנערשטאג במקום מגורי הכלה אין שטאט…

Read more

שיינעם מסיבת לחיים אפגעראכטן בצל האד' מוויזניץ לרגל השמחה במעונו פון האד' מבאיאן

פרייטאג פ' לך לך • ט' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש נעכטן נאכן זיך משתתף זיין ביים היסטארישן עצרת המיליאן – זעקת התורה איז כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א צוגעפארן קיין מושב אורה בגלילות ירושלים אויף א ביקור נימוסין ביי מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א לרפואה שלימה, אפצונעמען ברכת מזל טוב לכבוד די חתונה פון אן אייניקל, וואס איז פארגעקומען דעם אנהייב וואך אין ירושלים. די רבי'ס האבן ארומגעשמועסט איבער די ייחוס פונעם חתן וואס איז א וויזניצער אייניקל, דער באיאנער רבי האט דערלאנגט א פלאש וויין לכבוד די שמחה און…

Read more