ביקורי קודש

ובאו ציון ברנה: האד' מבאבוב וועט אונטערנעמען מסע הקודש קיין ארה"ק קומענדיגן חודש שבט

דאנערשטאג פ' לך לך • ח' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש חסידי באבוב אין ארצינו הקדושה זענען איינגעהילט אין פרייד און עקסטאז מיטן ערהאלטן די בשורה מרנינה מבית כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א, אז 'הנה מלכך בא – זה היום קיווינו לו' ווען מ'וועט האבן די זכיה אז דער רעיה מהימנא קדישא כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א וועט דעם קומענדיגן חודש שבט אונטערנעמען א געהויבענעם נסיעה – מסע חיזוק והתעלות בקרב עדת צאן מרעיתו אין ארץ ישראל, וואס עיניו וליבו שם כל הימים. די געפלאנטע באזוך רופט ארויס הייליגע הרגשים ביי באבובער…

Read more

הרה"צ ר' צבי מאיר זילבערבערג שליט"א דערווארט צוגאסט אין ניו יארק; רייכע מעמד "כולנו שותפים" לטובת מוסדות נחלת יעקב

מיטוואך פ' לך לך • ז' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש חסידים ותלמידים גרייטן זיך מיט התרגשות מקבל פנים צו זיין פני הגה"צ המשפיע רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט"א ראש חבורת נחלת יעקב אין ירושלים עיה"ק, וועלכער וועט אנקומען אויף א קורצן באזוך קיין ניו יארק לשמחת לב חסידיו ואנשי מעשה וואס וועלן נהנה זיין מאורו במשך דעם באזוך. דער רב שליט"א קומט צו פארן קיין ניו יארק לטובת די מוסדות נחלת יעקב אין ירושלים, ביי וועלכן פילצאליגע אידן זקנים עם נערים זענען זיך כסדר מתחמם לאורו הבהיר אויף א געהויבענעם שטייגער….

Read more

האד' מראחמיסטריווקא וועט אונטערנעמען קורצע נסיעה קיין שווייץ אין ראם פון מסע הגדולים לטובת "קרן עולם התורה"

דינסטאג פ' לך לך • ו' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם קומענדיגן אנהייב וואך פ' וירא וועט כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א אפפליען אויף א בליץ באזוך קיין ציריך שווייץ צו זיין א טייל פון נאך א נסיעה וואס ווערט אונטערגענומען דורך די גדולי ומאורי הדור לטובת דער "קרן עולם התורה", מיטן ציהל אויפצוטרייבן סכומים אדירים לטובת די ישיבות און כוללים בארץ הקודש. דאס קומט נאכדעם וואס דער ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א, האט פערזענליך פארבעטן דעם רבי'ן זיך אנצושליסן אין די נסיעה וואס וועט זיכער…

Read more

בקודש פנימה: האד' מצאנז באזוכט ביי האד' מסלונים אין ירושלים

מאנטאג פ' לך לך • ה' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: א.פ פארלאפענעם דאנערשטאג נאמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א אנגעקומען קיין עיה"ק ירושלים מנחם אבל צו זיין די קינדער פונעם שוואגער הגה"צ גאב"ד ראדאמישלא זצ"ל אין רמות. ביים אנקומען קיין ירושלים איז דער רבי צום ערשט צוגעפארן צו די מאה שערים געגענט אויף א ביקור נימוסין ביי כ"ק אדמו"ר מסלונים שליט"א וועלכער האט ענטפאנגען דעם רבי'ן מיט א שמחה גדולה. די אדמור"ים האבן ארומגעשמועסט בנועם שיח איבער די שווערע תקופה וואס כלל ישראל און בפרט…

Read more

חסידי מונקאטש אין לאנדאן מיטגעלעבט געהויבענעם באזוך פון רבם ומאורם האד' ממונקאטש

מאנטאג פ' לך לך • ה' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש בהדרת כבוד האבן תלמידי וחסידי מונקאטש בעיר הבירה לאנדאן מקבל געוועהן את פני הקודש פון כ"ק האדמו"ר ממונקאטש שליט"א וועלכע אנגעקומען אויף א קורצע באזוך אין שטאט צו באשיינען די חתונה היינט בבית הרה"ג רבי שמשון גליק זצ"ל דומ"ץ מוקנאטש לאנדאן. אין די פריע פארטאגס שעהן מיטוואך פ' נח האט דער פליגער געלאנדעט אין די לאנדאן היטרו לופטפעלד און א קורצע צייט דערויף איז דער רבי שליט"א ארויסגעקומען פטנעם טערמינאל אין באגלייטונג פון די משמשים בקודש, ווערנדיג…

Read more

לאנדאן: האד' ממונקאטש באשיינט בראש השמחה ביים חתונה פון החתן בן הרה"ג ר' שמשון גליק זצ"ל דומ"ץ מונקאטש לאנדאן

זונטאג פ' לך לך • ד' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש ווי ברייט באריכטעט האט כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א אפגעראכטן א בליץ באזוך על אדמת ענגלאנד, ווען דער רבי איז ארויסגעפלויגן פאר עטליכע שעה קיין לאנדאן עיר הבירה, צו באשיינען די שמחת החתונה פונעם יונגסטן זוהן ביי הרה"ג ר' שמשון גליק זצ"ל דומ"ץ מונקאטש לאנדאן. מיטוואך (נח)  אין די נאכמיטאג שעה'ן איז דער רבי שליט"א אנגעקומען צום מעמד החופה אין די יסודי התורה זאל אין סטעמפארד הילל, דער רבי האט מסדר קידושין געווען און זיך באגריסט מיט די רבני העיר וואס…

Read more

יהדות החרדית אין ארה"ק וועט מקבל זיין פני האד' מלעלוב; קומט צו פארן לפאר על ראש שמחתו ביי חתונה פון אן אייניקל

זונטאג פ' לך לך • ד' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש תושבי ארץ הקודש, איבערהויפט חסידי ואוהדי בית לעלוב, זענען איינגעהילט אין אומבאגרעניצטע התרגשות פון שמחה, זיך גרייטנדיג מיטצולעבן געהויבענע טעג בצל הקודש פון דעם גרויסן גאסט, הוד כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א, וועלכער קומט צו פארן ממעון קדשו אין אמעריקא לפאר על ראש שמחתו ביי די חתונה פון אן אייניקל. די רבי שליט"א איתן מושבו אין בארא פארק ומצודתו פרוסה בארה"ק, איז ברייט באקאנט מיט זיין עבודה נשגבה למעלה מן הזמן ולמעלה מכוחות אנוש זייענדיג פאררעכנט אלס…

Read more

זעלטענע מאניפעסטאציע פון כבוד התורה ביי מעמד אדיר "קבלת פני רבותינו" אין לאס אנדזשעלעס

דאנערשטאג פ' נח • א' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש יהדות לאס אנדזשעלעס לעבט מיט געהויבענע טעג בצלם פון די גדולי ישראל שליט"א וואס זענען געקומען צו פארן פון ארה"ק און פון אמעריקא, מיטן ציל אויפצוטרייבן פאנטאסטישע נדבות לטובת דער 'קרן עולם התורה',וואס דינט אלס דער רוקן ביין פון די עולם התורה בארה"ק אין שאטן פון דעם ביטערן גזירת הגיוס. אין דעם יעצטיגן 'מסע חיזוק' האבן זיך אנגעשלאסן בראש וראשון מרן ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א, הגאון רבי ירוחם אלשין ראש ישיבת ביהמ"ד גבוה ד'לעיקוואוד,…

Read more