ביקורי קודש

הנה מלכך בא: חסידי סערט וויזניץ אין אמעריקא אין פייערליכע הכנות לקבל פני מלכם ומאורם האד' מסערט וויזניץ

מיטוואך פ' נח • ל' תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט פריידיגע געפילן פון התרגשות גרייטן זיך חסידי סערט וויזניץ בארצות הברית מקבל פנים צו זיין דעם גרויסן גאסט רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א וועלכער וועט אפרעכטן א געהויבענעם באזוך אין ניו יארק, דעם קומענדיגן וואך פ' לך לך מחזק צו זיין עדת צאן מרעיתו בערי הגולה. די רבי וועט מופיע זיין בשערי ניו יארק די קומעדיגע מיטוואך פ' לך לך, און פראווען א געהויבענעם שבת בקרב חסידיו אינעם עיר ואם בישראל בארא פארק. דורכאויס די ימי הביקור וועט די רבי…

Read more

קורצן ביקור חיזוק דורך מרן ראש הישיבה הגאון ר' דוב לאנדא שליט"א אין קליוולאנד לטובת דער קרן עולם התורה

דינסטאג פ' נח • כ"ט תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט טיפע באגייסטערונג האט די חרדישע אידנטום אין קליוואלנד אהייא מיטגעהאלטן די קורצע ביקור הוד פון מרן הגאון האדיר רבי דוב לאנדא ראש ישיבת סלאבאדקע וואס האט ווידער מכתת רגליו געווען בטירחה דגברא רבה, מיטן קריטישע מיסיע אויפצוטרייבן ריזיגע געלטער לטובת דער קרן עולם התורה וואס שטעלט צו פינאנציעלע הילף פאר די ישיבות און כוללים בארץ הקודש, אין ליכט פון די רעגירונגס שניטן מיט די גזירה פון גיוס בני הישיבות ה"י. נאך לענגערע טעג פון הכנה דרבה אינעם ווייטן…

Read more

האד' מאלכסנדר ערווארטעט צוגאסט אין ניו יארק אויפצוטרייבן שטיצע פארן ביהמ"ד הגדול והחדש אלכסנדר אין בני ברק

דינסטאג פ' נח • כ"ט תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש חסידי אלכסנדר אין אמעריקא פיבערן מיט רגשי התעלות, כי הנה מלכך יבוא לך, זיך גרייטנדיג צום "ביקור הקודש" וואס כ"ק האדמו"ר מאלכסנדר שליט"א וועט אונטערנעמען דעם קומענדיגן וואך פ' לך לך הבעל"ט, ווען דער רבי שליט״א קומט צו פארן פון ארץ ישראל כדי אדורכצופירן א גראנדיעזע אונטערנעמונג לטובת די אויפבוי פונעם בנין ביהמ"ד הגדול אלכסנדר אין בני ברק. דאס קומט אין צייט וואס מען גרייט זיך שוין אט אט איינצוווארפן די עקזיסטירנדע ביהמ"ד, גרייט צו מאכן דעם באדן…

Read more

האד' ממונקאטש וועט אפפליען קיין לאנדאן צום חתונה פון החתן בן הרה"ג ר' שמשון גליק זצ"ל דומ"ץ מונקאטש לאנדאן

מאנטאג פ' נח • כ"ח תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש דאס יהדות החרדית אין לאנדאן הבירה גרייט זיך מיט רגשי קודש מקבל פנים צו זיין פני הוד כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א מזקני וגדולי האדמורי"ם בעיר בארא פארק, וועלכע ערווארטעט אויף א בליץ באזוך אין לאנדאן, צו באשיינען די שמחת החתונה פונעם חתן א זוהן הרה"ג ר' שמשון גליק זצ"ל דומ"ץ מונקאטש לאנדאן, וואס קומט פאר דעם מיטוואך אין לאנדאן. דער רבי שליט"א קומט ספעציעל צו פארן צו די שמחה, ווי ער האט פארשפראכן פארן דיין ז"ל בעפאר זיין פריצייטיגע פטירה מיטצוהאלטן אלע…

Read more

האד' מצאנז איז מנחם אבל ביי הגרי"ד גראסמאן רב מגדל העמק; ביקור חיזוק אין ארטיגע ישיבה לקירוב רחוקים

מאנטאג פ' נח • כ"ח תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שימי פ. היינט פארמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א אנגעקומען קיין מגדל העמק וואו דער רבי שליט"א האט מנחם אבל געווען ביי הגאון המפורסם רבי יצחק דוד גראסמאן שליט"א דער רב פון מגדל העמק און זיינע ברודער, וועלכע זיצן שבעה נאך די פטירה פונעם ברודער הגה"ח ר' בנציון גראסמאן ע"ה. דער רבי האט זיך דארט אויפגעהאלטן א משך זמן וואו מען האט ארומגעשמועסט בשבחו פונעם חשובן נפטר. זייענדיג דארט אין מגדל העמק האט הרב גראסמאן אויסגענוצט די געלעגנהייט…

Read more