ראשון לציון הגאון רבי יצחק יוסף שליט"א באזוכט ביי האד' מסערט וויזניץ נאכן איבערגעבן שיעור כללי אין רמת וויזניץ
דאנערשטאג פ' נצבים • כ"ה אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש דעם זונטאג נאכמיטאג האט דער ראשון לציון הגאון רבי יצחק יוסף שליט"א אפגעשטאט א באזוך אין חיפה וואו ער האט איבערגעגעבן א שיעור כללי אינעם ביהמ"ד הגדול אין רמת וויזניץ, בדבר הלכה און דברי חיזוק ללימוד התורה פאר די הונדערטער בעלי בתים חשובים און יושבי אהל. נאכן שיעור האט ער אפגעשטאט א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א ביי וועלכן עס איז אנטוויקלט געווארן א הערליכע שמועס איבער די קשרי ידידות צווישן כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ זצ"ל בעל חכמת…