ביקורי קודש

צדיק בא לעיר: האד' מביאלא נעמט אונטער ביקור הוד אין אמעריקע, צום ערשטן מאל נאכ'ן איבערנעמען כתר הנהגה

מאנטאג פ' ויגש • ב' טבת -זאת חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש ברגשי צהלה ווערט אויפגענומען די בשורה מרנינה ביי חסידי ואהודי בית ביאלא אין אמעריקע איבער'ן ביקור הוד וואס ווערט אונטערגענומען דורך כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א קיין אמעריקע, צום ערשטן מאל נאכ'ן איבערנעמען די כתר ההנהגה. דער רבי נעמט איבער דעם באזוך אין ליכט פונעם שווערן מצב אינערהאלב די פארצווייגטע אימפעריע פון די מוסדות החינוך והישיבות הקדושים ביאלא, און די גרויסע כוללים-נעץ וואס איז מתנוסס לשם ולתהלה ברחבי ארה"ק, אין ירושלים, בני ברק,…

Read more

כי בא אורך: האד' מאמשינוב וועט זיין צוגאסט אויף שב"ק פ' ויגש אין עיר התורה והחסידות בני ברק

דאנערשטאג פ' מקץ • כ"ח כסלו – ד' ד'חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם קומענדיגן וואך שבת קודש פרשת ויגש וועט כ"ק האדמו"ר מאמשינוב שליט"א זיין צוגאסט אין שטאט בני ברק, לרגל השמחה במעון קדשו, די שמחת הבר מצווה פון א אייניקל, א זון פון זיין זון הרה"צ רבי דוד מיליקובסקי שליט"א איידעם ביי הגאון ר' ישראל אהרנסון מראשי ישיבת חזון נחום ומרבני קהילת אמשינוב, וואס איז נכנס לעול תורה ומצוות בעצם יום השבת ז' טבת. די פריידיגע בשורה איבער דעם רבינס באזוך אויף א שבת אין בני ברק ברענגט ארויף כוואליעס פון…

Read more

צור ישועתי: האד' מקאזניץ ערשטמאליג פוקד ציון הק' פון הרה"ק ר' אלעזר קאזניצער בעצם יומא דהילולא, ב' דחנוכה

דאנערשטאג פ' מקץ • כ"ח כסלו – ד' ד'חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש אין אן ערשטמאליגע שריט איז כ"ק אדמו"ר מקאזניץ שליט"א ארויסגעפארן בעיצומו של ימי האורה יו"ט חנוכה אויף א בליץ-נסיעה קיין פוילן, פוקד צו זיין דעם ציון הק' פון זקינו הרה"ק רבי אלעזר מקאזניץ זי"ע בעצם יומא דהילולא וואס געפאלט כ"ו כסליו, ב' דחנוכה. כאטש וואס דער קאזניצער רבי שליט"א האט זיך ביז היינט מונע געווען פון פוקד זיין קברים בימי החנוכה, האט ער אצינד משנה געווען ממנהגו, נאכדעם וואס אין די לעצטערע תקופה איז אנטפלעקט געווארן א…

Read more

הגה"צ רבי מאיר איתמר ראזענבוים שליט"א בעל דרך האמונה, ונשיא מפעל החסד "לחמי מרדכי" אויף א באזוך בארה"ק

מיטוואך פ' מקץ • כ"ז כסלו – ג' ד'חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש פארגאנגענע וואך איז אנגעקומען בשערי ארצינו הקדושה המשפיע הגה"צ רבי מאיר איתמר ראזענבוים שליט"א, בעל דרך האמונה, ונשיא מפעל החסד "לחמי מרדכי", זון פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף ירושלים שליט"א. דער משפיע שליט"א איז אנגעקומען קיין ארה"ק זיך אומצוקוקן פון דער נאנט אויף די צדקה וחסד ארגאניזאציע "לחמי מרדכי" וועלכע שטייט תחת נשיאותו, ווי מען פארטיילט מדי שבוע בשבוע הונדערטער פארציאנען פון פיש און פלייש, חלות און מזונות, זיסווארג און מתנות, און…

Read more

האד' מישועת יעקב סקולען נעמט אונטער נסיעה קיין ארה"ק צו באזוכן מוסד "חסד לאברהם" אין מירון תחת נשיאותו

דינסטאג פ' מקץ • כ"ו כסלו – ב' ד'חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט גרויס רגש ווערט אויפגענומען ביי חסידי ואוהדי בית סקולען אין ארצינו הקדושה איבער א נסיעה רוממה וואס ווערט אונטערגענומען דורך כ"ק אדמו"ר מישועת יעקב סקולען שליט"א קיין ארץ ישראל, צום ערשטן מאל נאכ'ן איבערנעמען די כתר האדמורו"ת. די מטרה פון די נסיעה איז לראות בשלום הצאן, צו באזוכן דעם מוסד הק' "חסד לאברהם" אין אתרא קדישא מירון, וואס שטייט תחת נשיאותו פון אדמור"י בית סקולען, און די רבי שליט"א פערזענליך טראגט דעם מוסד על לוח לבו בכל…

Read more

קורצן נסיעה דורך כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א לקברי אבותיו אין אונגארן

מאנטאג פ' מקץ • כ"ה כסלו – א' ד'חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש פארגאנגענעם וואך האט כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א אונטערגענומען א בליץ נסיעה קיין אונגארן לרגל די יארצייט פון זקינו הגה"ק רבי שמואל יונגרייז זצ"ל אב"ד סעטשע, פאטער פון הגה"ק בעל מנוחת אשר מטשענגער זי"ע וואס איז אויסגעפאלן כ"א כסלו. דער רב שליט"א און די פמליא האבן געלאנדעט אין בודאפעסט מיטוואך ביינאכט, מען איז באלד ארויסגעפארן קיין סעמיהאלי צום ציון הק' פונעם מהרש"ג זצ"ל אבד"ק סעמיהאלי, רבו מובהק פונעם מאקאווער רב זצ"ל, דערנאך האט מען…

Read more

תלמידים ויוצאים פון ישיבת סלאבאדקע מקבל פנים געווען ראש הישיבה הגרמ"ה הירש ביי מעמד "בצלו" אין בארא פארק

מאנטאג פ' מקץ • כ"ה כסלו – א' ד'חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN תושבי בארא פארק און פילע תלמידים ומעריצים פון דער בארימטער סלאבאדקע ישיבה זענען ארויסגעקומען אין די מאסן ביים געהויבענעם מעמד וואס איז פארגעקומען פארלאפענעם דינסטאג וישלח, און האבן מקבל פנים געווען בהדרת כבוד דעם חשובן גאסט פון ארץ ישראל, הגאון הגדול רבי משה הלל הירש שליט״א ראש ישיבת סלאבאדקע, און פון די פירנדע מנהיגים פון די יהדות החרדית בארץ הקודש. דער ראש ישיבה שליט״א איז אנגעקומען קיין אמעריקע פארלאפענע וואך,…

Read more

האד' מהארדענקא באזוכט ביי האד' מטאלנא בחצר קדשו אין אשדוד

זונטאג פ' מקץ • כ"ד כסלו – ערב יו"ט חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם דינסטאג אוונט נאכן שבע ברכות פון אן אייניקל ביי כ"ק האדמו"ר מהארדענקא שליט"א וואס איז פארגעקומען אין שטאט אשדוד, איז דער רבי אריבער אויף א באזוך אינעם ביהמ"ד הגדול והחדש טאלנא, אויף די פערזענליכע איינלאדענונג פון כ"ק אדמו"ר מטאלנא שליט"א. דער טאלנער רבי האט דערביי מכבד געווען דעם רבי'ן קובע צו זיין א מזוזה ביי איינע פון די טירן אין ביהמ"ד, נאכגעפאלגט מיט א שיינעם מסיבת לחיים. דערנאך איז דער רבי אריבער צו די נייע ישיבה…

Read more

רירנדער מעמד "בקשת מחילה" ביים פארברענטן קלויז אין שטאט סאדיגורא, בראשות האד' מסאדיגורא ירושלים

דאנערשטאג פ' וישב • כ"א כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: יוהשע פרוכטער אין ווייטערדיגע אנטוויקלונגען איבער די שוידערליכע חילול הקודש מיט די שרעקליכע וואנדאליזם און שווערע 'ארסאן פייער' אינצידענט ביים נאסטאלגישן קלויז אין שטאט סאדיגורא, אוקריינא, האט כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא ירושלים שליט"א אפגעראכטן א רירנדער באזוך און מעמד "בקשת מחילה" ביים מקום החילול, ביים ציון קודש הקדשים פונעם ראש השושילתא דער הייליגער סבא קדישא מרוזין זי"ע. דער רבי שליט"א וועלכע איז ארויסגעפארן אין באגלייטונג פון א…

Read more