ביקורי קודש

יושבי חשך וצלמות אין "אוטיסוויל תפיסה" שטארק מחוזק נאך התרגשות'דיגער באזוך פון ראש הישיבה הגאון ר' משה הלל הירש

מיטוואך פ' וישב • כ' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש א צאל אידן וועמען די השגחה עליונה האט אזוי באשערט אז זיי זענען ארעסטירט אין די אוטעסוויל תפיסה אין ניו יארק, האבן דעם זונטאג געשעפט הויפנס מיט חיזוק ביים באזוך פונעם זקן ויושב בישיבה הגאון הגדול רבי משה הלל הירש שליט"א ראש ישיבת סלאבאדקע, וועלכער האט א לענגערע צייט זיך אויפגעהאלטן אין די תפיסה, און האט מחזק געווען די אידן בדברי חיזוק והדרכה וואס האט אויף זיי שטארק עושה רושם געווען. דער ראש הישיבה שליט"א האט אונטערגענומען דעם באזוך, מיט דער הילף…

Read more

בזמן שהצדיק בעיר: האד' מטאהש וועט אנצינדן די צווייטע חנוכה-ליכטל בקרב חסידי טאהש אין אמעריקע

מיטוואך פ' וישב • כ' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט גרויס התרגשות און פרייד איז אויפגענומען געווארן ביי טאהשער חסידים תושבי אמעריקע, אז כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א וועט אנצינדן די צווייטער חנוכה-ליכטל בקרב חסידי טאהש אין ניו יארק, וועלכע וועלן האבן די זכי' להתחמם באורו הבהיר פונעם רבי'ן און זיך ווארעמען ביי די הייליגע שעות פון הדלקת נר חנוכה וואס וועט זיין א זעלטן געהויבענע איבערלעבעניש. די רבי שליט"א וועט אנקומען קיין אמעריקא מאנכטאג מקץ נאכמיטאג דעם ערשטן טאג חנוכה לרגל די שמחת התנאים פון אן…

Read more

האד' מלעלוב ניקלשבורג וויילט שבת בביתו נאוה קודש פון הרה"ק רבי ישעי'לע מקערעסטיר זי"ע

מאנטאג פ' וישב • י"ח כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש די וואך איז כ"ק אדמו"ר מלעלוב ניקלשבורג שליט"א אפגעפלויגן קיין אונגארן וואו דער רבי האלט זיך אויף אין שטאט קערעסטיר אויף מנוחת הנפש סמוך ונראה צום ציון הק' פונעם צדיק מפורסם הרה"ק ר' ישעי'לע קערעסטירער זי"ע. שבת האט דער רבי שליט"א אפגעראכטן אלע תפילות און טישן בביתו נאווה קודש אין רבי ישעי'לעס הויז אין קערעסטיר, מיט א באזונדערע רגש קודש האט דער רבי מעריך געוועהן דעם שולחן הטהור פרייטאג צונאכטס אינעם נאסטאלגישן מלוה מלכה שטוב. זונטאג אין לויף…

Read more

כמידי שנה בשנה: ביקור קודש דורך האד' מסאדיגורא בקרב חסידיו אין שטאט לעיקוואד

מאנטאג פ' וישב • י"ח כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט התרוממות הנפש האבן חסידי סאדיגורא און פילע תושבי עיר התורה והחסידות לעיקוואד, ידידים ואוהדים פונעם סאדיגורער הויף געהאט די זכיה מיטצולעבן א שבת שכולו רוחני בצלא דמהימנותא פון כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א, וועלכער איז אנגעקומען אויף א באזוך בקרב חסידיו אין אמעריקא און האט כמידי שנה בשנה געפראוועט א געהויבענעם שבת אין שטאט, אין די סאדיגורער קלויז עטרת ישראל. דורכאויס די ערשטע צוויי טעג פונעם רבינס באזוך אין אמעריקא איז די רבי געווען צוגאסט אין…

Read more

לאורו נסע: הגה"צ ר' יצחק מאיר מארגענשטערן מתורת חכם וועט אפרעכטן "שבת חנוכה" ביים גרויסן קיבוץ אין אומאן

מאנטאג פ' וישב • י"ח כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש אין די יעצטיגע טעג איז געמאלדן געווארן מבית הגה"צ רבי איטשע מאיר מארגענשטערן האדמו"ר מתורת חכם איבער די נסיעה קומענדיגן וואך בעצם יומי דחנוכה, אפצורעכטן דעם געהויבענעם "שבת חנוכה" אין שטאט אומאן אוקריינא, ביים ציון הק' פון הרה"ק ר' נחמן מברסלב זי"ע. ווי באקאנט איז הגה"צ רבי איטשע מאיר שליט"א זיך נישט נוהג צו פארן קיין אומאן ביים צענטראלן קיבוץ פון חסידי ברסלב, נאר פארט אנשטאט ביים קיבוץ שבת חנוכה, וואס איז אויך איינע פון די זמנים מסוגלים אין יאר…

Read more

האד' מאלכסנדר בארא פארק צוגאסט אויף שבת בקרב חסידיו אין בני ברק | בילדער גאלעריע

זונטאג פ' וישב • י"ז כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר די וואך שבת איז כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר שליט"א פון בארא פארק געווען צוגאסט אין שטאט בני ברק, וויילנדיג אויף א באזוך די טעג אויף א באזוך בקרב חסידיו אין ארץ ישראל, די רבי שליט"א האט געפראוועט די תפילות און טישן בבית מדרשו אויף די חזון איש גאס, וואו פילע חסידים ואנשי מעשה האבן מיטגעהאלטן די שולחנות הטהורות דורכאויס שבת. מלוה מלכה האט די רבי אפגעראכטן אינאיינעם מיט די בחורי הקהילה פון אלע יארגענג.

Read more

האד' מוויזניץ ירושלים וועט אנקומען קיין ארה"ק און פראווען די ימי החנוכה בקרב חסידיו

מוצאי שב"ק פ' וישלח • ט"ז כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש די וואך פ' וישב וועט כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ירושלים שליט"א אנקומען צוגאסט קיין ארה"ק וואו די רבי וועט, ווי אין די פארגאנגענע יאהרן, פראווענען די ימי החנוכה בקרב עדת צאן מרעיתו. די רבי שליט"א וועט זיך ארויסלאזן קיין ארה"ק דעם מאנטאג וישב און וועט פארוויילן אין ארץ ישראל גאנצע צוויי וואכן, אריינגערעכנט די הייליגע ימי החנוכה, ווען די רבי וועט מידי לילה בלילה אפרעכטן די מעמד הדלקת נרות חנוכה ברוב עם, אין גרויסן וויזניצער ביהמ"ד אויף רחוב אדוניהו…

Read more

הרה"צ ר' ישראל מנחם אלתר שליט"א בן האד' מגור וראש מכון פאר מקדושים באזוכט ביי האד' מפשעווארסק

פרייטאג פ' וישלח • ט"ו כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש דעם דינסטאג בעת די זמני כניסה ביי כ"ק האדמו"ר מפשעווארסק שליט"א איז אריין אל הקודש פנימה הרה"צ רבי ישראל מנחם אלתר בן כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א ראש מכון פאר מקדושים וועלכער איז ספעציעל געקומען צופארן קיין אנטווערפען, זייענדיג אונטערוועגנס קיין לאנדאן, זיך דורכצושמועסן מיט'ן רבי'ן איבער די הוצאה לאור פון פרישע ספרי החסידות וואס דער מכון גרייט זיך ארויסצוגעבן לאור עולם. די רבי שליט"א האט דורש געווען בשלום אביו כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א און דערנאך…

Read more