העדליין

גרויסארטיגן שבת וארא הבעל"ט מיט הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח שליט"א מבעלזא אין שטאט מאנטריאל

דינסטאג פ' ויגש • ג' טבת תשפ"ו | בחצרות הקודש חסידי בעלזא אין קאנאדע נעמען אויף ברגשי שמחה די פריידיגע ידיעה איבער'ן ביקור מרומם דורך הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח שליט"א בנו יחידו וחביבו פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, וואס וועט אפרעכטן א געהויבענעם "שבת התוועדות והתעלות" אין די בעלזער קהילה אין מאנטריאל, דעם קומענדיגן שבת פר' וארא הבעל"ט. דער גרויסער שבת בראשות הרה"צ רבי אהרן מרדכי שליט"א טראגט א ספעציעלע באדייט ביי בעלזער חסידים אין מאנטריאל, קומענדיג נאך 12 יאר זינט דעם לעצטן שבת וואס רבי אהרן…

Read more

ימי אורה ושמחה פון יום טוב חנוכה בחצה"ק וויזניץ געשלאסן ביי געהויבענעם זאת חנוכה טיש באנפין נהירין

דינסטאג פ' ויגש • ג' טבת תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר אלפי חסידי וויזניץ זענען נאך אינעם געהויבענעם שטימונג נאכן מיטלעבן די געהויבענע ימי האורה פון יום טוב חנוכה בצל הקודש פון רבם ומאורם מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א, ווען דער רבי האט אפגעראכטן די הייליגע ימי החנוכה העכער אלע ערווארטונגען, און טראץ זיין שוואכע געזונט צושטאנד, דאך האט זיך ממש נישט דערקענט אויפן רבי'ן קיין שום שינוי אויף זיין עבודת הקודש, ביי די הדלקת הנרות, עריכת השולחנות ואמירת דברי תורה כימים ימימה. ברוב חסדי…

Read more

ולבקר בהיכלו: יערליכע חנוכה באזוך דורך האד' מסאטמאר אין מוסדות סאטמאר בארא פארק

מאנטאג פ' ויגש • ב' טבת -זאת חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש ווי יאר יערליך אין די ימי החנוכה איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אנגעקומען קיין בארא פארק אויף א באזוך אין די מוסדות בנשיאותו הרמה. דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול סאטמאר אויף די דריי און פופציגסטע גאס, אינאיינעם מיט די תלמידי כיתות ז' ח' ט', וואו דער רבי האט יורד געווען לפני התיבה צו הלל בהתעוררות רב. נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען פארגעקומען א ברית ביי איינער פון די חסידים וואו דער רבי איז געווען סנדק, און דערנאך איז…

Read more

צדיק בא לעיר: האד' מביאלא נעמט אונטער ביקור הוד אין אמעריקע, צום ערשטן מאל נאכ'ן איבערנעמען כתר הנהגה

מאנטאג פ' ויגש • ב' טבת -זאת חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש ברגשי צהלה ווערט אויפגענומען די בשורה מרנינה ביי חסידי ואהודי בית ביאלא אין אמעריקע איבער'ן ביקור הוד וואס ווערט אונטערגענומען דורך כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א קיין אמעריקע, צום ערשטן מאל נאכ'ן איבערנעמען די כתר ההנהגה. דער רבי נעמט איבער דעם באזוך אין ליכט פונעם שווערן מצב אינערהאלב די פארצווייגטע אימפעריע פון די מוסדות החינוך והישיבות הקדושים ביאלא, און די גרויסע כוללים-נעץ וואס איז מתנוסס לשם ולתהלה ברחבי ארה"ק, אין ירושלים, בני ברק,…

Read more

אין לנו רשות להתפשר: דעת קדשו פון האד' מסאטמאר איבער גזירת הגיוס אפגעהילכט אין חרד'ישע פרעסע אין ארץ ישראל

זונטאג פ' ויגש • א' טבת – ז' ד'חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש די שטורמישע דעת תורה הבהירה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א איבער'ן ביטערן מצב מיט'ן גזירת הגיוס הילעכט אפ די אין די יעצטיגע ימי החנוכה איבער די אלגעמיינע חרדי'שע גאס אין ארץ ישראל, מיט די ערשיינונג פון א ספעציעלע שמועס וואס דער רבי האט געשאנקען פאר די "משפחה" מאגאזין, ארום די שווערע גזירה. די דברים קילורין לעינים פונעם רבי'ן שליט"א איז איבערגעגעבן געווארן פאר'ן חרדי'שן זשורנאליסט ר' ארי' ערליך, וועלכער האט עספיעט אין די מינוטן איידער…

Read more

התרגשות’דיגע מאמענטן אין וויזניץ: באפרייטער משכון יוסף חיים אוחאנא באטייליגט ביים מעמד הדלקת נרות חנוכה

זונטאג פ' ויגש • א' טבת – ז' ד'חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: יהושע פרוכטר התרגשות'דיגע מאמענטן האבן זיך נעכטן אפגעשפילט ביים מעמד הדלקת נרות חנוכה אין די וויזניצער הויף אין בני ברק, וואו עס האט זיך אנגעזעהן צווישן די געסט הב' יוסף חיים אוחאנא ני"ו פון די לעצט פארבליבענע משכונות וואס איז געלאזט געווארן אויף די פריי נאכן זיין פארכאפט גאנצע צוויי יאר ביי די אראבישע רוצחים אין עזה, ער איז אנגעקומען אין באגלייטונג פון זיין פאטער וועלכע האט געהאט אנגעקניפט גאר א פערזענליכע קשר מיטן רבי'ן…

Read more

מאסן חסידי טאהש אין ניו יארק מיטגעהאלטן מעמד הדלקת נרות חנוכה דורך האד' מטאהש אין שטאט מאנסי

מוצאי שב"ק פ' מקץ • ל' כסלו – ה' ד'חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: יוסי גאלדבערגער מאסן חסידי טאהש דרי ניו יארק האבן זוכה געווען מיטצולעבן דעם געהויבענעם מעמד הדלקת הנירות די צווייטער נאכט חנוכה בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א, וואס איז געקומען צו פארן קיין ניו יארק לפאר על ראש שמחתו, צו באשיינען די שמחת התנאים פון א אייניקל. ווי  באריכטעט איז ארויסגעדינגען געווארן די זאלן פון עטרת חיה שרה וואס איז געווארן אויסגעשטעלט צו איר מאקסימום מיט הויכשטאקיגע פארענטשעס צו אקאמאדירן דעם…

Read more

ברוך דיין האמת: הרבנית הצדיקת מנובומינסק מרת מרים לאנדינסקי – פערלאוו ע"ה נפטר געווארן בשיבה טובה

פרייטאג פ' מקץ • כ"ט כסלו – ה' ד'חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט צער און טרויער איז אנגעקומען די ביטערע בשורה איבער די פטירה פון הרבנית הצדיקת מנובומינסק, מרת מרים לאנדינסקי – פערלאוו ע"ה, אשת חבר בזיווג שני פון כ"ק אדמו"ר מנובומינסק זצ"ל, וועלכער איז די נאכט נפטר געווארן בשיבה טובה אין עלטער פון 90 יאר. די רעבעצין ע"ה איז געבוירן געווארן אין שיקאגא צו איר פאטער כ"ק אדמו"ר רבי אברהם אייכנשטיין זצ"ל מזידיטשוב שיקאגא, א זון פון הרה"ק רבי יהושע העשיל זי"ע, א אייניקל בן אחר בן פון הרה"ק רבי…

Read more